Vayter

דער פּאַריזער סימפּאָזיום „ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער”

A report on the UNESCO Yiddish conference in Paris last fall

פֿון יצחק ניבאָרסקי

  • Print
  • Share Share
Catherine Leuchter

דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער, איז אונטערן דאַך פֿון „אונעסקאָ” פֿאָר­געקומען דער סימפּאָזיום „ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער”. דער עולם האָט אויף יעדער זיצונג געציילט צווישן 250 און 400 צוהערערס. דעם סימפּאָזיום האָט אָרגאַניזירט די פֿאַרשטייערשאַפֿט פֿון „בני–ברית” בײַ דער „אונעסקאָ”, מיט דער מיטווירקונג פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק. ער איז געווען אָפּגעגעבן די נײַע דרכים און מיטלען, מיט וועלכע מען אַרבעט הײַנט איבער דער וועלט אויף איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור.

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז אַזאַ טעמאַטיק אַרומגעשמועסט געוואָרן, און טאַקע מערסטנס אויף מאַמע–לשון, אויף דער חשובֿער טרי­בונע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָר­גאַניזאַציע פֿאַר קולטור און דער­ציִונג. הײַנט וועלן מיר איבערגעבן דעם רושם וואָס עס האָבן געמאַכט די רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס.

די זיצונג וועגן „המשך פֿון לעבעדיקן ייִדיש”, האָט געבראַכט דעם ברייטן עולם גרוסן וועגן געביטן, פֿון וועלכע דאָס רובֿ אין אייראָפּע ווייסן אַפֿילו נישט, אַז זיי קענען עקזיסטירן. קודם–כּל, דערציִונג פֿון קינדער אויף אָדער מיט ייִדיש. שמעון נויבערג, פּראָפֿעסאָר פֿון טריר–אוניווערסיטעט, האָט אַנאַליזירט, אויפֿן סמך פֿון אייגענער פּראַקטיק, די פֿאַרמעסטן פֿון רעדן ייִדיש מיט די אייגענע קינדער אין אַ משפּחה וואָס איז אויך אָן דעם פֿילשפּראַכיק (פֿראַנצייזיש, דײַטש און צו ביסלעך ענגליש); און באַזונדערס דערציילט וועגן די אָנשטרענגונגען צוצושטעלן פּאַסנדיקע ביכלעך אויף ייִדיש פֿאַר די אייגענע קינדער און פֿאַר אַנדערע פֿונעם נישט–ברייטן קרײַז וועלטלעכע משפּחות, וווּ ס‘איז פֿאַראַן דערויף אַ נאָכפֿרעג.

בנימין מאָס פֿון באַלטימאָר (דזשאָנס האָפּקינס–אוניווערסיטעט) האָט אַנאַ­ליזירט דעם אידעאָלאָגישן צד–השווה און צד–השונה צווישן ייִדישיסטישע משפּחות מיט פֿאַרשיידענע גראַדן צו­געבונדנקייט צו רעליגיע און טראַדיציע, און באַשריבן אַ מאָדעל פֿון אַ ייִדי­שיסטישער מיניאַטור–קהילה וואָס זוכט זיך נישט אָפּצוטיילן, נאָר דווקא זיך פֿעסט אײַנצוּוואָרצלען מיט איר ייִדישיזם אין די ברייטערע שטראָמען פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.

יאַנקל–פּרץ בלום, פֿון ניו–יאָרקער „יוגנטרוף”, האָט איבערגעראַשט די צוהערערס מיט זײַן גרוס פֿון „ייִדיש–וואָך” און „ייִדיש–פֿאַרם”, צוויי אונ­טער­נעמונגען, איינע אַן עלטערע און אין אַמעריקע אַ גוט–באַקאַנטע, די צוויי­טע אַ שפּאָגל נײַע, וואָס פֿון ביידע האָט דער אייראָפּעיִשער עולם ווייניק געוווּסט ביז אַהער.

הינדע–הענע בורשטין (מעלבורן, מאָ­נאַש–אוניווערסיטעט) האָט דורך רייד און דורך פּראָיעקטירטע דאָקומענטן באַוויזן אַ ספּעציפֿישע אויסטראַליער ווירקלעכקייט: אַ דינאַמישע ייִדישע אָנהייבשול מיט אַ בכּבֿודיק פּלאַץ פֿאַרן ייִדיש–לימוד, וואָס קריגט אין יענע מקומות אַ וויכטיקן המשך אויף די מדרגות פֿון מיטעלע און העכערע לימודים.

אויף דער זיצונג אָפּגעגעבן הײַנט­צײַטיקער ייִדישער שעפֿערישקייט האָט דאָס ערשטע וואָרט געהאַט די פּאָעטעסע מאַרינע אַלעקסייעוואַ (פּאַריז), וועלכע האָט באַלויכטן די ראַנגלענישן פֿונעם איצטיקן שעפֿער אויף ייִדיש אין ליכט פֿון ענלעכע שטימונגען בײַ פּאָעטן פֿון פֿריִערדיקע דורות — אַ ראַיה, אַז שאַפֿן אויף מאַמע–לשון איז אַלע מאָל געווען אַ פּראָבלעמאַטישער באַשלוס, וואָס קען אָבער אויך הײַנט, ווי אַ מאָל, ברענגען ווערטפֿולע רעזולטאַטן.

ווײַטער האָבן מענדי כּהנא (תּל–אַבֿיבֿ) און מיישקע אַלפּערט (ניו–יאָרק) געברענגט באַטראַכטונגען און בײַשפּילן בנוגע דער באַנײַונג פֿון ייִדישן זינגליד. דער עולם האָט שטאַרק אָפּגעשאַצט מענדל כּהנאס ברען און מיישקע אַלפּערטס געדאַנק וועגן דער נייטיקער מערשפּראַכיקייט פֿון נײַ–געשאַפֿענע לידער אין פֿאָלקסגײַסט. ברײַנע וואַסערמאַן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל און איז איצט ממשיך אין ניו–יאָרק, האָט געגעבן אַ ברייטן איבערבליק איבער דעם איצטיקן זינען פֿון דער טעאַטער–אַקטיוויטעט אויף ייִדיש.

מער ווי אַלץ האָט געמאַכט אַ רושם די זיצונג וועגן „ייִדיש אויף דער אינטערנעץ”. אַפֿילו די, וואָס פּאָרען זיך כּסדר אַרום ייִדיש, האָבן מערסטנס נאָך נישט באַנומען אַלע דער­גריי­כונ­גען און אַלע פֿאַרמעסטן וואָס די אינטערנעץ שטעלט מיט זיך פֿאָר. דרײַ יונגע ספּעציאַליסטן דערפֿון האָבן איבערגעגעבן אַ פֿאַרכאַפּנדיקע פּאַנאָראַמע. נאַטאַליע קריניצקאַ (פּאַריז) האָט, ווי די הויפּט–ביבליאָטעקאַרשע פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, דערקלערט ווי אַזוי עס שאַפֿט זיך צו ביסלעך אַ ווירטועלע ייִדיש–ביבליאָטעק, וועלכע פֿילט שטאַפּלעכנווײַז אויס די בלויזן, פֿון וועלכע עס לײַדן אַפֿילו די גרעסטע ייִדיש–זאַמלונגען אויף דער וועלט.

אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע (פּאַריז, מעדעם–ביבליאָטעק), האָט פּונקט אַזוי גרינטלעך דערקלערט די נייטיקייט פֿון פּעריאָדיק–קאַטאַלאָגן און פּעריאָדיק–זאַמלונגען. יואל מאַט­וועיעוו (ניו–יאָרק, זשורנאַליסט אין „פֿאָר­ווערטס”), האָט איבערגעגעבן וועגן נײַע אָרטאָגראַפֿישע, טערמינאָלאָגישע און לעקסיקאָגראַפֿישע מיטלען און מכשירים וואָס קומען אויף אין דער וויר­טועלער ספֿערע, צום טייל, אַ דאַנק זײַן אייגענער אַרבעט. אַזוי אַרום האָט דער עולם פֿאַרשטאַנען אַז די שפּראַך, וואָס איז כּלומרשט בלויז עבֿר, האָט הײַנט צו טאָג יונגע ספּעציאַליסטן, אמתע קענערס און גלײַכצײַטיק געניטע פֿאַכלײַט, וואָס שאַפֿן פֿאַר איר אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער ייִנגסטער און אַקטיווסטער ספֿערע פֿונעם איצטיקן לעבן.

פֿול מיט עמאָציע איז געווען די זיצונג וועגן „יחידישע לעבנסוועגן”. די סימפּאָזיום–אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געהאַלטן, אַז עס דאַרף אויף עפּעס אַן אופֿן אַרויסקומען די קאָמפּליצירטקייט פֿון די פֿיל אופֿנים ווי ייִדיש ווירקט אינעם לעבנסגאַנג פֿון פּערזענלעכקייטן וואָס צייכענען זיך הײַנט אויס אין אונדזער תּחום. דאָס איז געשען דורכן וואָרט פֿון דרײַ פֿיגורן פֿון דער פּאַריזער ייִדיש–סבֿיבֿה. מישעל טאַובער, אַ באַ­ליבטע ייִדיש–זינגערין און לעקטאָרין וואָס איז גלײַכצײַטיק העברעיִש–פּראָ­פֿעסאָרין אויפֿן אוניווערסיטעט; בערל ווײַסבראָט, אַ מאַטעמאַטיק–לערער, אָבער אויך פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, לעקסיקאָגראַפֿיע און גראַ­מאַטיק, וואָס האָט לאַנגע יאָרן גע­געבן ייִדיש–לעקציעס אויפֿן אוני­ווער­סיטעט, און בתיה בוים, אויס­געצייכנטע איבערזעצערין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף פֿראַנצייזיש.

די אָפּשליס–זיצונג, „ווערט און ווערטן פֿאַר דער צוקונפֿט”, האָט אויך איבערגעראַשט מיט דער שפֿע נײַע געדאַנקען און באַלײַכטונגען. בעני מר, ליטעראַטור–רעדאַקטאָר אין דער ישׂראל­דיקער העברעיִשער צײַטונג „הארץ” און רעדאַקטאָר פֿון דער צײַט­שריפֿט „דווקא”, געווידמעט דער ייִדיש–קולטור, האָט אַנאַליזירט די אַמאָליקע און הײַנטיקע שײַכותן צווישן ייִדיש און העברעיִש אין ארץ–ישׂראלדיקן ייִשובֿ און אין דער מדינה.

דער סימפּאָזיום האָט איבער­גע­לאָזט אַ שטאַרקן רושם אויף אַלע באַטייליקטע און צוהערערס. נאָכן אָפֿיציעלן אָפּשלוס איז נאָך פֿאָר­געקומען אין אַ פֿול געפּאַקטן טעאַטער אַ קאַבאַרעט–אָוונט מיטן באַליבטן ספּעק­טאַקל–קינסטלער מענדי כּהנא און מיטן טאַלאַנטירטן פֿידלער עריק סלאַביאַק. זייער אויפֿטריט וועט נאָך לאַנג ליגן אין טעם בײַ די פּאַריזער ייִדיש–ליבהאָבערס און זייערע געסט.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:













We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.