Vayter

קלאַנגען האָבן געביטן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דײַטשלאַנד

Rumors that changed the Jewish community in Germany

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Getty Images
אַ ליובאַוויטשער פּאַראַד לכּבֿוד ל״ג־בעומר דעם 2טן מײַ אין בערלין, 2010

איך האָב זיך תּמיד געפֿוילט צו פֿירן אַ טאָגבוך, און פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן זכּרון איז שווער — עפּעס פֿאַלט אין גאַנצן אַרויס און עפּעס בלײַבט פֿאַרקריפּלט אין די מאַרך־קנייטשן. ס’איז נאָך גוט, וואָס געוויסע זאַכן זײַנען פֿאַרשריבן אין אַרטיקלען און ביכער. לעצטנס, האָב איך אַ קוק געטאָן, וואָס איך האָב געשריבן וועגן מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס צײַט און איבערגעלייענט, למשל, אַז דעם 1טן פֿעברואַר 1990 האָט אַהרן ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, אָנגעשריבן אַ בריוו טאַקע צו גאָרבאַטשאָוון.

אין דעם בריוו האָט ווערגעליס געבעטן דעם לעצטן סאָוועטישן פֿירער צו דערקלערן, וואָס עס קומט פֿאָר און וואָס עס וועט פֿאָרקומען מיט די סאָוועטישע ייִדן. אַנשטאָט אַן ענטפֿער, איז אָנגעקומען, אויף וויפֿל איך געדענק, אַ צעטל פֿון גאָרבאַטשאָווס קאַנצעלאַריע, אָנגעשריבן אַבי זיך אָפּצוטשעפּען.

Read more


די לעגענדעס פֿונעם אַלטן שטעטל שעבערשין

Legends About the Town of Szczebrzeszyn

פֿון גענאַדי עסטרײַך

די אַלטע שעבערשינער שיל, הײַנט — אַ קולטור־הויז

אין פּוילן, אין דער לובלינער געגנט, איז געווען אַזאַ ייִדיש שטעטל, וואָס די ייִדן האָבן עס גערופֿן שעבערשין. די געשיכטע פֿונעם שטעטל האָט זיך אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט אין יענע מקומות, אַז ס׳איז הײַנט שווער צו דערקלערן, פֿון וואַנען דער נאָמען נעמט זיך: צי די ייִדן האָבן דעם שטעטל געגעבן אַזאַ נאָמען, צי די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן עס צוגעטראַכט.

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן זיך אַרום דעם אַלטן ייִדישן שטעטל אײַנגעקריצט אינעם פֿאָלקס־זכּרון פֿאַרשידענע לעגענדעס. אייניקע פֿון זיי וועלן מיר הײַנט דערמאָנען.

לויט דער מסורה איז דאָס שטעטל שעבערשין די ערשטע פֿון די „תּשע קהילות‟, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין פּוילן נאָך דער אויסוואַנדערונג פֿון שפּאַניע. דעריבער הייסט טאַקע דאָס שטעטל שעבערשין, וואָס מיינט, „שבֿ בראשון‟.

Read more


וואָס מיינט „אינטעליגענץ‟?

What is the Meaning of “intelligentsia”?

פֿון גענאַדי עסטרײַך

טרויעריק זײַנען געווען געשטימט פּען־מענטשן אין רוסלאַנד נאָך דער מפּלה פֿון דער רעוואָלוציע אין יאָר 1905. דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס זײַן מצבֿ האָט אַנאַליזירט מיכאל קרוטיקאָוו אין זײַן מאָנאָגראַפֿיע Yiddish Fiction and the Crisis of Modernity (2002). צו יענער צײַט געהערט, בפֿרט, די פּיעסע פֿון פּרץ הירשביין „אינטעליגענט‟.

די רייד גייט אין דער פּיעסע וועגן אַ ייִדישער משפּחה, וואָס באַשטייט פֿון די עלטערן און צוויי דערוואַקסענע קינדער. דער פֿאָטער איז געוואָרן אַ קאַליקער, אַזוי אַז די מוטער מוז פֿאַרדינען — זי באַקט און פֿאַרקויפֿט ברויט. די טאָכטער אסתּר און דער זון נחום זײַנען „אינטעליגענטן‟. אסתּר אַרבעט און, אַ דאַנק איר געלט, קען נחום זיך אין גאַנצן אָפּגעבן מיט דער אומלעגאַלער טעטיקייט.

Read more


דער ערשטער יום־טובֿ לכּבֿוד דעם ייִדישן סאָלדאַט

The First Holiday Honoring the Jewish Soldier

פֿון גענאַדי עסטרײַך

ייִדישע סאָלדאַטן פּראַווען חנוכּה אין רוסלאַנד בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, 1916

אַ היפּש ביסל איז שוין אַנגעשריבן געוואָרן וועגן דער טראַנספֿאָרמאַציע פֿון חנוכּה — פֿון אַ רעליגיעזן אין אַ נאַציאָנאַלן יום־טובֿ. דער פּראָצעס פֿון אָט דער טראַנספֿאָרמאַציע האָט באַקומען באַזונדערס קלאָרע פֿאָרמען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. דעמאָלט זײַנען נאַציאָנאַלע געפֿילן אויפֿגעוועקט געוואָרן אַפֿילו בײַ די לײַט, וועלכע האָבן פֿריִער זיך ווייניק אינטערעסירט מיט אַזעלכע זאַכן. למשל, דעם 4טן דעצעמבער 1915 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געשריבן אין זײַן עדיטאָריאַל:

„חנוכּה! שטילע, רויִקע אָוונטן! ליבע פֿאַמיליען־פֿריידן! באַגײַסטערטע קינדערשע פּנימער וואַרטן מיט אומגעדולד אויף דער מינוט, ווען די חנוכּה־ליכטלעך וועלן אָנגעצונדן ווערן. דערוואַקסענע מענטשן פֿירן זיך אויפֿגעלייגט. עפּעס אַזאַ היימלעכקייט נעמט אַרום אַלעמענס נשמות. און אַלט און יונג ווערן איין פֿריילעכע קאָמפּאַניע.‟

Read more


ערשטע ייִדישע צײַטונג צו באַשרײַבן ייִדן ווי אַ פֿאָלק

First Yiddish Newspaper To See Jews as a Nation

פֿון גענאַדי עסטרײַך

מיט 100 יאָר צוריק, דעם 5טן נאָוועמבער 1914, איז אין ניו־יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג „דער טאָג‟. דעם דאָזיקן יובֿל האָבן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק בשותּפֿות אָפּגעמערקט צוויי אינסטיטוציעס: „ייִוואָ‟ און דער ייִדישער אָפּטייל בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.

אָפּגעמערקט האָט מען עס שטיל, אָן אַ טאַראַראַם — מיט דורכפֿירן אַ סימפּאָזיום געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער וויכטיקער צײַטשריפֿט, וועלכע האָט עד־היום — צוליב אומפֿאַרשטענדלעכע סיבות — נישט אַרויסגערופֿן קיין געהעריקן אינטערעס אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג. דער סימפּאָזיום האָט טאַקע קלאָר אָנגעוויזן, אַז ס’איז דאָ אַ שטאַרקער אַקאַדעמישער פּאָטענציאַל פֿאַר צוגרייטן אַ קאָלעקטיוון באַנד, וואָס וועט פֿאַרלייגן אַ יסוד פֿאַר דער ווײַטערדיקער פֿאָרשונג פֿון דעם זײַטל אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע.

Read more


פֿאַרשלאָסן דאָס מזל

Good Fortune Locked Away

אין אַ סך שטעט הײַנט, וווּ עס איז דאָ אַ טײַך, קען מען זען אויף די בריקן, ווי אויף די אײַזערנע פּאָרענטשן הענגען הונדערטער שלעסלעך. די חתן־כּלות האָבן זיך גענומען אַ טבֿע צו פֿאַרשליסן דאָס שלעסל און דעם שליסל וואַרפֿט מען אין טײַך אַרײַן. אַזוי, טראַכטן זיי, האָבן זיי זיך סימבאָליש צוגעשלאָסן איינער צום צווייטן, און נאָר דער טויט איז מסוגל זייער צוזאַמענלעבן אויפֿשליסן.

גאָר אַנדערש האָט מען געהאַלטן אין מײַן באָבעס שטעטל מאַרקולעשט. אַז עמעצער האָט געוואָלט עמעצן אָפּטאָן שלעכטס אויף תּמיד, פֿלעגט ער, בשעת יענער שטייט אונטער דער חופּה, צושליסן אַ שלעסל, און דעם שליסל אַרײַוואַרפֿן אין וואַסער. איז אָט, געלעבט האָט אין שטעטל מאַרקולעשט אַ ייִד מיטן נאָמען מאַרצאָק. בשעת ער איז געשטאַנען אונטער דער חופּה, האָט זײַן חבֿר, וואָס ער אַליין האָט בפֿירוש אַרויסגעקוקט צו שטיין אונטער דער חופּה מיט מאַרצאָקס כּלה, פֿאַרשלאָסן אַ שלעסל, און דעם שליסל אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם אָרטיקן טײַכל רעוט.

Read more


פֿאַרגעסענע ווערטער

Forgotten Words

פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין יעדער שפּראַך, בפֿרט אויב די רייד גייט וועגן אַ לעבעדיקער שפּראַך, ווערן כּסדר געשאַפֿן נײַע ווערטער, אָדער אַלטע ווערטער באַקומען אַ נײַעם באַטײַט.

דאָס לעבן אַליין פֿאָדערט פֿרישע לינגוויסטישע מיטלען. אייניקע ווערטער באַווײַזן זיך אויף אַ טאָג צי אויף אַ ביסל מער צײַט, און דערנאָך גייען זיי אַוועק און לאָזן נאָך זיך ניט איבער קיין שפּור. אַנדערע האָבן אַ בעסערן מזל. זיי לעבן לענגער, און די סאַמע געראָטענע פֿאַרנעמען אַ פֿעסט אָרט אין דער שפּראַך. אָבער אַפֿילו אַזעלכע „פֿעסטע ווערטער‟ קענען, סוף־כּל־סוף, פֿאַרגעסן ווערן, אַפֿילו אויב זיי זײַנען שוין פֿאַרשריבן געוואָרן אין ווערטערביכער.

Read more


„אַז ער איז אַ כּלבֿ, איז זי אַ צויג‟

“If He’s a Dog, Then She’s a Bitch”

פֿון באָריס סאַנדלער

הײַנט צו האַלטן אַ הינטל אין שטוב, איז ווי צו האָבן נאָך איין קינד. נאָך מער: כ׳ווייס נישט ווייניק יונגע פּאָרלעך, וואָס אַ הינטל פֿאַרבײַט זיי אַ קינד. ערשט ניט לאַנג צוריק האָב איך געזען אויף דער גאַס, ווי אַ יונג פּאָרפֿאָלק האָט אויסגוליאַיעט זייער הינטל, אַזאַ ווײַס קוטשעראַווע באַשעפֿעניש, מיט אַ רויט טשיפּיקל אויפֿן קעפּל, אַז נאָר די אויערן זאָלן אַרויסשטעקן; און אויף די פֿיר פֿיסלעך אָנגעטשעפּעט שוואַרצע לעדערנע שיכעלעך. ממש אויף געלעכטער.

דאָס הינטל איז געלאָפֿן פֿאַרן פּאָרל, ממש אונטערגעטאַנצט, און יעדעס מאָל זיך אומגעקוקט, ווי באַרימט זיך פֿאַר אירע באַלעבאַטים. די יונגע פֿרוי האָט געשײַנט פֿאַר גליק. געכאַפּט דאָס הינטל אויף די הענט און עס צו זיך צוגעדריקט, געקושט און אָנגעקוועלט:

— מײַן וווּנדערקינד! די מאַמע וועט דיר קויפֿן אַ צוקערקעלע צו דערקוויקן זיך דאָס הערצעלע!

דווקא אין דעם מאָמענט האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ געשיכטע, געהערט מיט יאָרן צוריק, נאָך אַ קינד, אין דער שטאָטישער באָד נומער 3. יאָ, איך געדענק נאָך די צײַטן, ווען עס זײַנען געווען געזעלשאַפֿטלעכע בעדער. איך פֿלעג אַהין גיין מיט מײַן זיידן, זאָל זיך מיִען, יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי. דעם אמת געזאָגט, ניט אַזוי צוליב דעם באָדן זיך, ווי צוליב די מעשׂיות, וועלכע די נאַקעטע, אָנגעזייפֿטע און צעפּאַרעטע באַזוכער האָבן ליב געהאַט דאָרט צו דערציילן.

טאַקע דאָרט, אין דער באָד נומער 3, אונטערן זשום פֿון די וואַסער־קראַנען און דעם געקלאַנג פֿון די בלעכענע בעקנס, האָט געריסן דעם גאָרגל איינער אַ געלער ייִד, מיט צוויי גרויסע אויסגעגלאַנצטע גרינע אויגן. נאָך יעדע צוויי דרײַ ווערטער פֿון זײַן מעשׂה האָט ער אַרײַנגעשטעלט, צי מ׳האָט עס יאָ געדאַרפֿט, צי ניט: „דער רוח נעמט זיי!‟

— אין אַ פֿירהויז האָבן געוווינט צוויי שכנים, דער רוח נעמט זיי! — אַ שנײַדער און אַ הענדלער. דעם שנײַדערס ווײַבל איז געווען אַ חצופֿה, זי האָט געלעבט מיטן הענדלער, דער רוח נעמט זיי! פֿאַרשטייט זיך, אַז דער שנײַדער האָט גאָרניט געוווּסט. אָבער אויך דאָס זינדיק פּאָרעלע, דער רוח נעמט זיי, האָט זיך גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. מער ניט אַ קליין הינטל דעם הענדלערס, דער רוח נעמט זיי, האָט עס געזען פֿון אונטער דער בעט.

עס דויערט ניט קיין סך צײַט, דער רוח נעמט זיי, און דער הענדלער פֿאַלט אַוועק אַ טויטער. די חצופֿה האָט אים געוויס פֿאַרמוטשעט, דער רוח נעמט זיי. אויפֿן צווייטן טאָג נאָך דער לוויה, גייט דער שנײַדער אַרויס פֿונעם הויז און טרעפֿט בײַ זײַן טיר אַ שוואַרצן כּלבֿ, דער רוח נעמט זיי. פֿאַרשפּאַרט ער שוין גוט די טיר און טרײַבט אַוועק דעם כּלבֿ. אָבער איין מאָל, אין אײַלעניש, האָט ער פֿאַרגעסן צו פֿאַרשפּאַרן די טיר, דער רוח נעמט זיי. איז דער שוואַרצער כּלבֿ אַרײַן אין צימער און האָט צעביסן דעם שנײַדערס ווײַבל, די חצופֿה.

דער שנײַדער איז געקומען פֿון דער אַרבעט און דערזען, וואָס ס׳איז געשען, איז ער גלײַך אַוועק צום פּאָליציאַנט, דער רוח נעמט זיי. ער האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז דער שוואַרצער כּלבֿ איז נישט קיין פּשוטער הונט, אַז ניט אומזיסט האָט ער זיך געריסן אין שטוב אַרײַן, דער רוח נעמט זיי. דער פּאָליציאַנט האָט דעם שנײַדער אויסגעהערט, דרייענדיק זיך אַ וואָנציע, דער רוח נעמט זיי, און הייסט אים רופֿן זײַן צעביסענע פֿרוי.

ווען דעם שנײַדערס ווײַבל איז געקומען צום פּאָליציאַנט, האָט ער זי גענייט צו דערציילן ווי אַלץ ס׳איז געווען, ניט מיטן שוואַרצן כּלבֿ, נאָר מיטן פֿאַרשטאָרבענעם הענדלער, דער רוח נעמט זיי. דערנאָך האָט ער אַרײַנגערופֿן דעם שנײַדער און האָט אים געזאָגט אַזוי: „אין דעם שוואַרצן כּלבֿ איז טאַקע אַרײַן דער דיבוק פֿונעם הענדלער — דאָס איז אַ פֿאַקט! אָבער אַ פֿאַקט איז אויך, אַז דײַן ווײַבל זאָלסטו האַלטן אויף אַ קייט, ווי אַ צויג!‟

אויפֿן וועג אַהיים האָט דער זיידע געזאָגט, ווי צו זיך אַליין: „דער געלער איז טאַקע אַ גראָבער־יונג, אָבער דער אמת איז, אַז מיטן בעסטן הונט איז ניט גוט קיין עסקים צו האָבן‟.


דאָס „בינטל בריוו‟ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק

The “Bintl briv” a century ago

פֿון גענאַדי עסטרײַך

אַ סך איז שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דער „פֿאָרווערטס‟־קאָלומנע „בינטל בריוו‟. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט מען אין דער רובריק געדרוקט האַרצרײַסנדיקע בקשות צו העלפֿן מיט אַן עצה, אונטערזאָגן, ווי אַזוי צו האַנדלען אין אַ צוזאַמענשטויס מיט שווערע פּראָבלעמען פֿון פּערזענלעכן לעבן.

אַן אויסקלײַב, אפֿשר ניט דער בעסטער, פֿון די בריוו איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש און ווערט גאָר ניט זעלטן ציטירט אין כּלערליי פּובליקאַציעס. ס’איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן די בריוו פֿאַר אַ ווייניק־פֿאַרלאָזלעכן קוואַל, ווײַל זיי זײַנען געווען אַנאָנימע, אונטערגעשריבן מיט עפּעס אַ נאָמען פֿון דער הפֿטורה. צוליב דעם האָט מען אַ חשד, אַז די בריוו, לכל־הפּחות אייניקע פֿון זיי, זײַנען אין דער אמתן אַרויס פֿון אונטער דער פּען פֿון מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע.

Read more


נאַפּאָלעאָנס קעלנערל און דעם רבינס קללה

Napoleon’s Collar and the Rabbi’s Curse

וועגן דעם פֿראַנצייזישן אימפּעראַטאָר נאַפּאָלעאָן דערציילט מען אַזוי פֿיל מעשׂיות, אַז ס׳איז שווער זיך אין זיי אָפּצוזוכן, וווּ איז דער אמת, און וווּ איז דער ליגן. צווישן די ייִדן איז שוין באַקאַנט, אַז עס זײַנען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן אַרויסגעקוקט אויף זײַן נצחון, און אַזעלכע, וואָס האָבן געוואָלט זײַן מפּלה. אַזוי צי אַזוי, האָבן ביידע צדדים, געמוזט זיך שלאָגן איינער קעגן דעם אַנדערן און פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט.

Read more


דאָס לערנען תּורה אָן היטלען

Learning Torah With Heads Uncovered

פֿון גענאַדי עסטרײַך

קלמן מרמר

מיט 135 יאָר צוריק, דעם 11טן אָקטאָבער 1879, איז אין דעם שטעטל מיישעגאָלע (הײַנט Maisiagala) אין דער ווילנער געגנט געבוירן געוואָרן קלמן מרמר (מאַרמאָר), דער ייִדישער זשורנאַליסט און איינער פֿון די גרינדער פֿון פּועלי-ציון. (אין אייניקע קוואַלן זײַנען אָנגעוויזן אַנדערע דאַטעס. למשל, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1876.)

דער סאָציאַליזם האָט אים פֿאַרכּישופֿט, און שוין אין יאָר 1894 איז ער געווען טעטיק אין די אומלעגאַלע קרײַזלעך. אויף אַ ווײַלע איז מרמר ווידער געוואָרן פֿרום, אָבער דערנאָך זיך אומגעקערט צום סאָציאַליזם און וועלטלעכקייט. שפּעטער וועט ער נאָך אַ פּאָר יאָרצענדליק ניט אויפֿהערן צו זוכן אַן אידעאָלאָגישע אַפֿילאַציע, אָבער די דאָזיקע זוכענישן וועלן שוין ניט אַרויסגיין פֿון די מאַרקסיסטישע דלתּ אַמות.

Read more


אַ לאָך אין דער קעשענע קאָן זײַן געפֿערלעך

A Hole in One’s Pocket Can be Dangerous

דער ערשטער ראָטשילד, ווי מע דערציילט, איז געווען אַ „לויפֿער‟, געלאָפֿן איבער די דערפֿער אײַנגעקויפֿט מציאות און זיי שפּעטער פֿאַרקויפֿט אַ צווייטן, אָבער שוין אַ ביסל טײַערער. איין מאָל, פֿאַר סוכּות, איז ער פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ רײַך הויז און האָט געזען פֿון דער ווײַטנס ווי אַ פּויער טראָגט אַ הענגל ווײַנטרויבן.

פֿונעם הויז איז אַרויסגעקומען אַ פּריץ און געפֿרעגט דעם פּויער, וויפֿל וויל ער פֿאַר זײַן סחורה. האָט דער פּויער אָנגערופֿן זײַן פּרײַז, און דער פּריץ האָט געענטפֿערט, אַז פֿאַר דעם געלט לוינט עס אים ניט צו קויפֿן. צו טײַער. דעמאָלט איז ראָטשילד צוגעגאַנגען און האָט געקויפֿט דאָס הענגל ווײַנטרויבן.

Read more


אַ זשורנאַל וואָס האָט זיך ניט „אַראָפּגעלאָזן‟ צו די מאַסן

A Journal that Didn’t Lower Its Standards for the Masses

פֿון גענאַדי עסטרײַך

מיט 90 יאָר צוריק, אין סעפּטעמבער 1924, איז אַרויס דער סאַמע ערשטער נומער פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „די רויטע וועלט‟. געשען איז עס אין כאַרקאָוו, וואָס איז דעמאָלט געווען די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. אין צאַרישן רוסלאַנד איז די שטאָט געווען מחוץ דעם תּחום-המושבֿ, אַזוי אַז קיין גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט דאָרטן פּשוט ניט געקענט זײַן. אָבער בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען די רעגירונג האָט כּמעט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום, האָבן אין דער שטאָט זיך באַזעצט טויזנטער ייִדן. נאָך מער געוועזענע תּושבֿים פֿונעם תּחום זײַנען אַהין געקומען נאָך דער רעוואָלוציע. אין יאָר 1923 איז שוין אין כאַרקאָוו געווען אַ גאַנץ היפּשע ייִדישע באַפֿעלקערונג: 74 טויזנט נפֿשות — כּמעט אַ פֿערטל פֿון דער היגער שטאָטישער באַפֿעלקערונג.

Read more


מסורות פֿון אַמאָל און הײַנט: אַ ייִד לעבט פֿון ווינט

Legends from Once Upon a Time and Today: Jews Surviving on Air

ווען משה מאָנטעפֿיאָרע איז געווען אין רוסלאַנד בײַם צאַר אין הויף, האָט דער צאַר געמאַכט אַ באַל לכּבֿוד דעם גרויסן גאַסט. נאָכן עסן און טרינקען האָט דער צאַר פֿאַרבעטן מאָנטעפֿיאָרע זיך דורכשפּאַצירן אין זײַן גאָרטן. גייען זיי אַזוי און שמועסן וועגן פּאָליטיק, פֿינאַנצן, טערקן און דײַטשן, גיט דער צאַר פּלוצעם אַ פֿרעג: „זאָג נאָר, טײַערינקער, פֿון וואָס לעבן ייִדן?‟ האָט אים מאָנטעפֿיאָרע גלײַך געענטפֿערט: „פֿון ווינט. ווײַל די ייִדן זײַנען זייער אָרעם, האָבן זיי קיין אַנדער פּרנסה ניט.‟ דער צאַר האָט זיך זייער פֿאַרוווּנדערט: „סטײַטש, וואָס מיינט עס, לעבן פֿון ווינט?‟ — „אַוודאי, דו ביסט אַזאַ עושר, ליגט דיר ניט דער קאָפּ צו וויסן, וואָס עס טוט אַן אָרעמאַן, — האָט מאָנטעפֿיאָרע געענטפֿערט. — ווייסטו וואָס, קום אין שטאָט אַרײַן, וועלן מיר פֿרעגן אַ ייִד, פֿון וואָס ער לעבט?‟

Read more


פֿון דער ייִוואָ־געשיכטע: מאַקס ווײַנרײַך אין קאָפּענהאַגען

A Page of YIVO History: Max Weinreich in Copenhagen

פֿון גענאַדי עסטרײַך

מאַקס ווײַנרײַך

דעם 20סטן מאַרץ 1940 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אויף זײַן ערשטן זײַטל מיטגעטיילט וועגן דעם אָנקומען קיין ניו־יאָרק, מיט אַ טאָג פֿריִער, צוויי בכּבֿודיקע געסט: דער ליובאַוויטשער רבי און דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ (און לאַנג־יאָריקער מיטאַרבעטער פֿון „פֿאָרווערטס‟), מאַקס ווײַנרײַך. צופֿעליק האָט זיי געבראַכט די זעלבע שיף. ביידע זײַנען זיי געקומען פֿון אייראָפּע ווי פּליטים — דײַטשלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט אַלץ מער לענדער אויפֿן קאָנטינענט. מער פּרטים וועגן ווײַנרײַכס פּליטה האָט די צײַטונג געבראַכט אין דעם אַרטיקל „אַ געשפּרעך מיט ד״ר ווײַנרײַך, וועלכער איז איצט געקומען פֿון קאָפּענהאַגען‟, פֿאַרעפֿטלעכט דעם 27סטן מאַרץ:

Read more


„ליבער מענדל, ליבע רייזל‟

“Dear Mendl, Dear Reyzl”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

אַ מאָל האָט מען געשריבן בריוו… בײַ אונדז האָבן זיך אָפּגעהיט די בריוו, וועלכע איך האָב געשריבן צו דעם מיידל, וואָס איז געוואָרן מײַן ווײַב מיט אַריבער 38 יאָר צוריק; און אירע בריוו האָבן זיך אויך אָפּגעהיט. איך בין זיכער, אַז אַזעלכע בינטלעך בריוו ליגן אין די שאַפֿעס פֿון אַ סך לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, וועלכע געדענקען די תּקופֿה, ווען דאָס וואָרט „בליצבריוו‟ איז נאָך ניט געשאַפֿן געוואָרן. און וויפֿל מאָל האָבן מיר געלייענט און געזען אין די פֿילמען, ווי מע פֿאַרברענט אַזעלכע בריוו, אויב די ליבע ווערט אויסגעשעפּט? וואָס פֿאַרברענט מען איצט? די בליצבריוו?

Read more


אַ שטראָף פֿון גאָט

God’s Punishment

פֿון באָריס סאַנדלער

אַלע קינדער האָבן מורא פֿאַר אַ דאָקטער. איך בין קיין אויסנאַם נישט געווען. דערזען אונדזער קינדער־דאָקטער, סויבלמאַן, פֿלעג איך באַלד אָנהייבן זוכן עפּעס אַ ווינקל צו אַנטלויפֿן און זיך פֿאַרטײַען דאָרט, ווי אַ מײַזעלע, וואָס האָט דערשמעקט אַ קאַץ.

מײַן באָבע האָט עס אַוודאי געוווּסט, און נישט איין מאָל פֿלעגט זי אויסניצן מײַן פּחד פֿאַרן דאָקטער, צוליב אירע אייגענע צילן. למשל, איך וויל ניט גיין עסן, ווײַל די שפּיל איז אין סאַמע ברען. הער איך באַלד: „אָט, גיי איך רופֿן דעם דאָקטער…‟ — מער האָב איך ניט געדאַרפֿט. אָדער, ס‘איז שוין צײַט זיך וואַשן און לייגן שלאָפֿן, און איך וויל ניט. הער איך ווידער: „אָט, גיי איך רופֿן דעם דאָקטער…‟

Read more


ביראָבידזשאַן איז 80 יאָר אַלט

The Jewish Autonomous Region turns 80

פֿון גענאַדי עסטרײַך

מיט אַכציק יאָר צוריק, דעם 7טן מײַ 1934, האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן צו געבן דער ווײַט-מיזרחדיקער טעריטאָריע דעם סטאַטוס פֿון אַ „ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט‟. דעמאָלט האָט מען געטראַכט, אַז דאָס איז געווען אַ צײַטווײַליקער סטאַטוס. מע האָט דאָך געגלייבט, אַז די באַפֿעלקערונג וועט האַלטן אין איין וואַקסן, און עס וועט דערגרייכן די נייטיקע צאָל נפֿשות, בערך 100 טויזנט, כּדי די געגנט זאָל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ רעפּובליק.

Read more


פֿאַרשטיינערט געוואָרענע מענטשן

Motionless Worshippers

פֿון באָריס סאַנדלער

ווי כ‘האָב שוין דערמאָנט, האָט מײַן באָבע, עלקע בת־יעקבֿ, געהאַט אַ וועלט מיט מעשׂיות, וואָס איך בין אויף זיי געווען אַ גרויסער בעלן. וועל איך איצט פּרוּוון איבערדערציילן נאָך איין מעשׂה, וואָס האָט געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן רושם; אַזוי ווײַט, אַז אַ גאַנצע וואָך מיט אַ דאָנערשטיק פֿלעג איך זיך בײַ נאַכט אויפֿכאַפּן און זיך אַרומטאַפּן, צי איך בין, חלילה, ניט פֿאַרשטיינערט געוואָרן, ווי יענע ייִדן אינעם שטעטל זגוריצע.

Read more


דער חתן פֿון יענער וועלט

The Groom from the "Other Realm"

פֿון באָריס סאַנדלער

אין מײַן היים־שטאָט, בעלץ, האָב איך אַמאָל געהערט אַ מעשׂה, דערציילט פֿון מײַן באָבען, עלקע בת־יעקבֿ. אייגנטלעך, האָט זי די מעשׂה דערציילט מײַן מאַמען, בעת זיי זײַנען ביידע געזעסן אין אַ ווינטער פֿאַרנאַכט בײַ דער הרובע און אַרײַנגעוואָרפֿן יעדעס מאָל אַ זשמעניע טרוקענע שאָנעשניק*־שאָלעכץ אין פֿײַער אַרײַן. אין יענעם יאָר איז געווען ממש אַן אויסכאַפּעניש אויף קוילן און האָלץ, האָט יעדער געהייצט מיט דעם, וואָס ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו קריגן.

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.