Through Riki‘s Eyes

ווידעאָ: ריקי אין פֿילאַדעלפֿיע, געבורט־אָרט פֿון אַמעריקאַנער פֿרײַהייט

Riki Tours Philadelphia, Birthplace of American Freedom

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share

לכבוד דעם קומענדיגן יום טוב, דעם פֿערטן יולי, פרייהייט טאג, לאמיר כאפן א שפאציר אין דער שטאט פילאדעלפֿיע, וואו מען האט געשריבן די ספרי קאנסטיטאציע.

עס זענען דא דארט פארשידענע סטאטועס פון די אבות הקדושים (להבדיל): „די דערפינדנדיגע פאטערס‟.

אין פארשידענע פלאקאטן זעט מען די מענטשן פון יענע צייטן. קוקטס ווי זיי זעען אויס. כ׳האב נישט געוואוסט אז די פיאנערן זענען גאר געווען פרומע חסידים!

אויך זענען דא אפאר קרעטשמעס ווי די חסידים פלעגן זיך דרייען. אויב האט מען געוואלט פראווען התבודדות האט מען געקענט גיין אינעם ביר גארטן! בקיצור מער פון דעם האב איך נישט פארשטאנען ווייל מיין עדשיקאציע (בילדונג) איז אפשר אויפן שטאפל פון א קינד אין דריטן קלאס. און דאס ביסל וואס מען האט יא געלערנט אין די חסידישע סקול ווי איך בין געגאנגען, געדענק איך שוין אויך נישט.

כ׳האב אויך געזען א סך מאנומענטן ווי דער ליבערטי גלאק. פונקט ווי בארני סטינסאן פון די טעלעוויזיע סעריע “How I Met Your Mother” האט זיך אמאל אנגעפאקט א משוגעת צו לעקן דעם גלאק — ווייל ער האט געהערט ווי מע זינגט וועגן דעם “sweet taste of liberty” — איז מיר דאס זייער געפעלן. האב איך געלייגט אויף מיין ליסטע צו לעקן דעם גלאק. און איצט אז מיר זענען דא קענען מיר דאס שוין אויסשטרייכן פון דער ליסטע, ברוך השם! 

האטס מיר אלע א פרייליכן זמן חירות! 


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.