Through Riki‘s Eyes

מיטאָג אין וויליאַמסבורג!

Lunch in Williamsburg!

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אויף א געווענטליכן טאג ביי דער ארבעט באשטעל איך מיטאג צום אפיס. אבער אויב איז דאס א שיינע וועטער, פארוואס זשע נישט ארויסגיין אביסל אויף די פרישע לופט? וויל איך אייך איינלאדענען מיט מיר אויף א שפאציר אין די וויליאמסבורגער גאסן. מאמעס מיט וועגעלעך גייען פון געשעפט צו געשעפט, עלטערע פרויען שלעפן זיך מיט די ליידיגע וועגעלעך, (א גיטע מיטל צו נישט דארפן זיך באנוצן מיט א שטעקן און אויך קען מען אריינלייגן באגאזשן און מען דארף זיך נישט שלעפן דערמיט), מענער גייען אריין און ארויס אין כולל, די גאסן זענען לעבעדיג.

שפאצירט זיך אזוי א שיקסע דורך די שאסיי און יעדעם׳ס אויגן פאלט אויף איר. איך, די שיקסע, מאך זיך אבער נישט וויסנדיג ווייל עס גייט מיר ווייניג אן. די פראבלעם הייבט זיך נאר אן ווען איך טרעף א באקאנטע. זייענדיג א מענטשליכע פרוי גיב איך א שמייכל מיט א ברייטן „העלא‟ און דער פריינדלעכער עולם באגריסט מיך צוריק. די ווייניגער פריינטליכע גיבן א האלבן שאקל מיטן קאפ וואס זעט אויס „געצוואונגען‟. דערנאך איז דא די וואס קוקן אוועק און מאכן זיך ווי זיי האבן מיך נישט באמערקט. די ערגסטע זענען נאך די וואס קוקן מיך אין פנים כאילו זיי קענען מיך נישט. נאכדעם איז דא אזוינע וואס מיינען אז אויף זיי שטייט די וועלט און זיי רופן זיך שוין אן עפעס.

נעכטן טרעף איך אזא איינע און זי באפאלט מיר: „רבקה׳לע וואס קומט פאר?‟

איך גיב א צי מיט די אקסל און זאג איר: „וואס הייסט?‟

„וואס איז געשען?‟ פרעגט זי.

„וואס הייסט, וואס איז געשען?‟ פרעג איך תמ׳עוואטע.

„ניין, מען טאר נישט גיין אזוי! רבקה׳לע! מען טאר נישט! נישט ווען דו האסט אזא מאמע! וואס האט זי נעבעך געזינדיגט?‟ זאגט זי מיט תחנונים. 

„ווען איך גיי צו מיין מאמען, דעק איך זיך צו,‟ ענטפער איך.

„אבער דער באשעפער….‟ הייבט זי אן.

״לאז דאס צווישן מיר און דעם אייבערשטן!״ האק איך זי איבער.

אבער זי לאזט נישט נאך און זאגט: „ניין, טו דאס נישט! גיי נישט אזוי אנגעטאן!‟

זייענדיג א מענטש וואס שטייט ווייט פון קאנפליקט און שלעכטע vibes, האב איך זיך נישט געוואלט מתוכך זיין און אוועקגעשפרייזט בשעת זי האט גערעדט ווייטער אירע מוסר רייד. אבער אויפן צונג איז מיר געלעגן אסך גוטע קאמענטארן. ווען זי האט געזאגט: „ניין, גיי נישט אזוי אנגעטאן‟… האב איך געוואלט ענטפערן: „ניין? טאקע? אקעי, לאמיך זיך שנעל אויסטאן דא אויף דער גאס!‟

שפרייזנדיג ווייטער, קומט מיר אקעגן הרב צימערמאן, דער אנדרייער פון אלע פראטעסטן, א לאנגווייליגער מענטש וואס האט נישט וואס צוטאן מיט דער צייט און האט זיך געטראפן אן אקטיוויטעט צו פראטעסטירן און זיך אננעמען פאר וואס ער האלט איז אידישקייט. איר וואלט געטראכט ער קוקט אויף דער ערד, זיך נישט צו באגעגענען מיט פריצות חלילה, פאר פרומקייט. ארויפגעקוקט האט ער טאקע נישט, אבער אויף מיינע פולקעס האט ער פיין געקוקט, און נאך מיט אן אפענעם מויל. דערנאך איז ער צוגעגאנגען צום זייט פון גאס, אוועקגעקוקט, און א שפיי געטאן! אוודאי אזוי! עס רינט אים די שפייעכץ פון קוקן אויף מיר. אוודאי ברויך ער שפייען!

עס וואלט מיר געווען גאר אינטערעסאנט צו וויסן וואס עס גייט פאר בײַ די אלע מענטשן אין מוח. די פרוי וואס מוסר׳ט מיר, דער מאן וואס שפייט. נו, אפשר וויל איך טאקע נישט וויסן וואס דער שפייענדיגער מאן טראכט! ניין, ש׳כוח! אבער די אלע וואס שאקלען האלבוועגס מיטן קאפ וואלט איך געוואלט פארשטיין. איך באשולדיק נישט קיינעם. פארקערט, איך וויל אנקומען צו א מצב צו קענען פארשטיין א יעדן בשר־ודם און וויסן פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען! די פרויען וואס זאגן מיר מוסר — גלייבן זיי אמת׳דיג אז איך וועל זיי אויסהערן און זיך פלוצלונג טוישן? וואס גייט דורך זייער קאפ ווען זיי זאגן מיר: „גיי נישט אזוי‟ אדער „צו וואס פעלט עס אויס?‟ איך וויל אמת׳דיג וויסן! און וואס מיינען זיי גייט געשען ווען זיי נוצן די ווערטער „דיין מאמע‟, „דיין טאטע‟, „דער באשעפער‟… צו מיינען זיי אז די סארט שפילן ארבעט נאך אויף מיך? זעען זיי דען נישט אז איך בין אין גאנצן אן אנדערע מענטש? איינער פרעגט מיך אמאל: „האסט נישט מורא פון דין וחשבין?‟

„איך האב יא מורא,‟ האב איך איר געענטפערט. „און פאר דעם גנב׳ע איך נישט, איך הרגע נישט קיינעם, און איך פראביר צו האבן נאר ליבשאפט און גארנישט קיין פיינטשאפט אין זיך!‟ אבער זי האט דאס נישט געקענט באגרייפן ווייל אין אירע אויגן איז דין וחשבין טייטש אז מע וועט פארברענען מיינע פיס אין הייסע קוילן, ווייל זיי זענען אויפגעדעקט. אבער דער חילוק צווישן אונז איז אז איך בין אינטערעסירט אין וויאזוי זיי טראכטן און פארוואס זיי טראכטן אזוי און זיי זענען נאר אינטערעסירט און וואס פארא קליידער און וואס פארא סארט שייטל איך טראג.

און נישט נאר דאס. איך פארשטיי פארוואס עס גייט זיי נאר אן די קליידונג. ווייל אין שולע האט מען אריינגעבאכעט אין אונז אז די חיצוניות מאכט די פנימיות, דאס דרויסנדיקע באווירט דאס אינעווייניקע. דאס הייסט אז אויב מע גייט אנגעטאן גוט אינדרויסן ווערט מען במילא א גוטער מענטש פון אינווייניג. אין מיינע אויגן הייסט גיין גוט אנגעטאן ווי אזוי איך טו זיך טאקע אן. גיי זיי דאס מסביר פאר זיי.

האטס מיר און זייטס מיר אלע, און מאכטס ניט קיין צימעס פון פיינטליכע באמערקונגען. קוק עס אן סתם ווי א קאמעדיע.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.