Through Riki‘s Eyes

ריקיס נסיעה קיין גן־עדן

Riki's Trip to Paradise

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share

דאנערשטאג מערץ 2:

עס איז א גרויסער טאג פאר מיר היינט! איך גיי אט אט ארויף אויף א פליגער (עראפלאן) צום ערשטן מאל זייט איך לעב אויף דער וועלט. איך בין אזוי אויפגעהייטערט און איבערראשט אז איך פארגעס צו זיין נערוועז. איך טראכט: נישט געפערליך, איך בין מיט מיט מיינע חבר׳טעס, און טויזענטער מענטשן האבן דאס שוין דורכגעמאכט, פארוואס זאל ביי מיר זיין אנדערש? אבער וויבאלד ער הייבט זיך אין דער לופטן הייבט זיך אן דער פאניק, און עס ווערט נישט בעסער ווען דער פילאט זאגט אריין אינעם הויך־הילכער אז צוליב דעם שטארק־ווינטיגן וועטער וועט זיין אביסל „טורבולאנס“ און דער עולם זאל זיך האלטן רואיג.

איך זיץ מיט גרויס אנגסט און פיל ווי דער פליגער ראנגלט זיך מיט די ווינטן. עס פילט בערך ווי מען איז אויף א גרויסן „סייקלאן“ און איך האב נישט ליב קיין „ריידס“. איך מורמל צו מיינע חברטעס: „שוין… דאס איז די לעצטע מאל וואס איך טו דאס… איך קום צוריק מיט א קאר…“  איך האב נישט באמת צו דער זאך גערעדט ווייל פארטא־ריקא איז אן אינזל און די איינציגסטע וועג ארויס איז דורכן וואסער. 

צוביסלעך טרעפט דער פליגער א באקוועמען פלאץ אין דער לופט און מיט דעם ווער איך בארואיגט און זינק איין אין א טיפן שלאף!

ברוך הבא בשם השם אונז זעממיר אנגעקומען קיין פארטא־ריקא. די לופט שמעקט פון טייטלביימער און די אטמאספערע איז א רואיגע און אן אנגענעמע! די ערשטע זאך וואס מיר טוען איז לויפן צום ברעג און זיך באקן אביסל אונטער דער זון איידער זי גייט אונטער. די זאמד פילט ווי סאמעט אזויווי אויפן רבינס בעקישע אליין. די וואסער איז ווארעם און א קלארע בלויע קאליר, און די זון גלעט דאס פנים מיט ליבשאפט. א מחיה!


איך בין קיינמאל נישט געווען אין גן עדן אבער דאכט זיך מיך אז עס קוקט אזוי אויס דארט. 

נאך א פיינע כשרע נאכטמאל וואס מיר האבן זיך מיטגעברענגט גייען מיר כאפן א טרינק מיט א רקידה׳לע לכבוד חודש אדר. די קרעטשמע איז באלויכטן. די שפאנישע מוזיק האט א באזונדערן חן און דער עולם לאזט זיך ארויס אין א טאנץ.

פרייטאג מערץ 3:

איך וועק מיך אויף צום געזאנג פון די כוואליעס פונעם ים. איך קוק ארויס פונעם פענסטער און זעה א הערליכע פאנאראמע! מה רבו מעשיך השם!


אבער אז מע קען זיצן אינדרויסן אינעם נפלאת הבורא, דאן פארשווענדט מען נישט קיין צייט אינעם צימער. צום ערשט גייען מיר איינשטילן דעם הונגער אינעם מאגן. מיר גייען אריין אינעם נענטסטן פרישטאג־מיטאג געשעפט וואס פארקויפט כשרע געטראנקען און מיר זעצן זיך אוועק צו א זעקל המן־טאשן וואס מיר האבן מיטגעברענגט. המן טאשן אין פארטא־ריקא! וואס קען דען זיין בעסער? אפגעבענטשט און געמאכט א נאך־ברכה און מיר זענען אויפן וועג צוריק צום סאמעטענעם זאמד. אבער קודם… ברויך מען כאפן בילדער! איינס נאכן צווייטן! מיטן קאקאנאט געטראנק,


מיט דער ים זאטשקע,


מיט די זון ברילן,


אן די זון ברילן,


אויפן זאמד,


אינעם וואסער,


צווישן די טייטלביימער, 


 אזוי ווי דער רבי זכ״י וואלט געוואלט… מען קען דאך נישט צוריק קומען אן בילדער. מען ברויך האבן עדות. אזוי גייענדיג ארום מיטן בילדערכאפער זעען מיר א געצעלט ווי מען מאכט דארטן מאסאזשן. נאך א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געטאן, איז באקומען א פראפעסיאנאלן מאסאזש. איך טראכט נישט צוויי מינוט און איך לייג מיך אנידער אויפן טישל. און אויב האב איך געמיינט ביז איצט אז זעממיר אין גן עדן איז עס אט קלארער געווארן אז דאס מוז טאקע זיין אמת. די טעכניק און גרינגקייט מיט וואס דער מעסוס האט געטאן זיין ארבעט האט מיך ערשטוינט. איך האב געשפירט ווי אלע דאגות און זארגן און די ווייטאגן אין אלע מוסקלען ווערן ארויסגעקוועטשט פון מיין קערפער. איך פראביר זיך אויפשטעלן נאכדעם אבער איך קען נישט זעהן גראד. זיי ברענגען מיר וואסער און איך זעץ מיך אויף. א נייער מענטש! צוריק צום ניוגאד און מען באקט זיך אונטערן זון ביזן זמן ש״ק. מיר צינדן ליכט אינעם צימער און מיר זענען אויפן וועג צום חבד הויז וואו אונז גיי׳מיר פראווענען די סעודות שבת. די חבדס׳קער זענען גאר העפליך און נעמען אונז אויף בסבר פנים יפות. די עסן איז מלא טעם און די אטמאספערע איז גאר אן אנגענעמע. שבת באטע פראווענען מיר אויפן דאך פונעם האטעל ווי מען קען זעהן די גאנצע שטאט.

שבת קודש מערץ 4:

שבת בייטאג גיי׳מיר נאכאמאל אין חבד פאר א גרויסן קידוש. ס׳איז דא פון כל מיני מטעמים און מיר כאפן א שמועס מיטן רב און די רביצין וועגן חסידים. עס ווארעמט דאס הארץ צו הערן די שיינע שבחים פונעם רבי׳ן. נאר גוטע ווערטער האט ער צו זאגן. 

נאכמיטאג — צוריק צום ברעג ים. מען לייענט א בוך, מען כאפט א דרימל, ס׳איז ממש מעין עולם הבא! אן אמת׳ע עונג שבת וואס אזאנס האב איך נאך קיינמאל נישט געהאט. שלש סועדות פירן מיר אויפן באלקאן ווי די רביס אליין! מען שפירט א דערהויבנקייט! א העכערע פארנעם! 

מוצש״ק, שיין צוגעפוצט אינעם ״אובער״, פארן מיר צו דער אלטער שטאט סען וואן! עס קוקט אויס הערליך! די שמאלע געסלעך און די קליינע קאלירטע הייזקעלעך מאכט דאס אויסזעהן ווי פון עפעס א בוך. די פלאץ איז באלויכטן און מיר כאפן איין טרינק נאכן צווייטן, אזש עס איז ממש עד דלא ידע! 

זינטאג, מערץ 5:

אפגעטאנצט, אפגעשפרינגען ביז שפעט אריין אין די פארטאגס שעה׳ן, אבער וויבאלד די זון גייט אויף זענען מיר ארויס פון בעט. מען קען נישט פארפאסן קיין איין מינוט פונעם זיצן ביים ים. איך בין אביסל נערוועז וויסנדיג אז מען גייט ווידעראמאל זיין אויף א פליגער אבער איך פראביר צו פארגעסן דערפון און איינזאפן די אויג־פארכאפנדיקע סצענע פונעם וואסער מיט אירע כוואליעס. א סערווירער קומט צו און פרעגט אויב מיר ווילן א טרינק. איך נעם א באנאנע־יאגדעס „שאקל“ און מיין חבר׳טע נעמט א קאווע. די זון באקט א מחי׳ און פלוצלונג נעמט זיך רעגענען בשעת די זון שיינט נאך. אזוי איז די וועטער דארט און עס איז א מחי׳ ווייל די רעגן וואסער קילט אפ אביסל און נאך צוויי סעקונדעס הערט אויף רעגענען. מיין חבר׳טע קומט צו גיין מיט ריזיגע מאנגאס! ממש ווי די מרגלים פרוכט און עס איז אזוי זאפטיג און זיס מיר ווערן אינגאנצן קלעפעדיג פראבירנדיג דאס אויפצושניידן. ווען זיי לאזן אונז אריינברענגען דאס צוריק אין ניו יארק וואלט איך געברענגט א גאנצן רענצל. אזוינע פרוכט האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געהאט! 

פלוצלינג ווערט שטארק פארוואלקנט און עס נעמט זיך גיסן פון איין מינוט אויפן צווייטן. מיר לויפן אריין אינעם האטעל און מיר גרייטן זיך אהיימצופארן. מיר נעמען מיט געשמאקע מאלצייטן שיין איינגעפאקט פון חבד פארן וועג אהיים און מיר קומען אן צום לופטפעלד א שעה פריער ווי די צייט. אינדרויסן גיסט נאך.

עס איז שוין צייט ארויפצוגיין אויפן פליגער. איך פראביר זיך האלטן רואיג און עס איז נישט אזוי שווער דאסמאל ווייל איך בין מיד און אויסגעמאטערט. איידער וואס ווען האבן מיר שוין געלאנדעט און מיין מאן ווארט אויף מיר אינעם לופטפעלד. די לופט אין ניו יארק איז שטיקעדיג, אפילו אז ס׳איז ביטער קאלט און ווינטיג. און איך הייב שוין אן טראכטן ווען איך פאר נאכאמאל צום אינזל.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.