Through Riki‘s Eyes

לאָזט די פֿייגל זינגען!

Let The Birds Sing!


פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum


א פייגעלע א קליינס זיצט אינעם נעסט, אירע פליגלען צוגעבונדן מיט שטריק. זי קען זיך נישט אויפהייבן און פליען פריי. איר הארץ לעכצט און גארט אויסצושפרייטן אירע פליגלען און פליען אן קיינע דאגות. זי וויל פילן דעם בלאז פונעם ווינט דורך אירע פעדערן. זי וויל פליען ארום די גאנצע וועלט. זען נייע און אינטערעסאנטע זאכן. אבער זי איז צוגעבונדן צום נעסט און קען זיך נישט ארויסרייסן. 

די ווייטאג אין איר הארץ איז אומדערטרעגליך. זי וויל כאטש א שאקל טאן אירע פליגלען ארויסצוגעבן אביסל פון די געפילן וואס דריקט און מאכט איר שווער דאס הארץ. אבער די קייטן האלטן איר צוריק פון אלעס. 

„איך וועל שוין אייביג פארבלייבן דא אינעם נעסט,” טראכט זי.

אזוי האב איך טאקע געפילט אלס קינד אויפוואקסנדיג אין א שטרענגע און פרימיטיווע אטמאספערע. אינדערהיים האב איך נישט געקענט זינגען ווייל מיין טאטע האט נישט געקענט דערליידן אז א פרוי זינגט. אדער ווייל די שכן האט געקלאפט אין טיר זאגנדיג: „נו, קול אישה, מיין מאן זיצט און לערנט!” און אין שולע האט מען נאר געקענט זינגען ספעציפישע ניגונים וואס מען האט דערלויבט.

דער געראנגל גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מיין שכנה שיקט מיר טעקסטלעך איך זאל נישט זינגען ווייל די בחורים זענען אינדערהיים. וואס דארף א אידענע טאן צו קענען זינגען א לידל פרייערהייט אויף דער וועלט?! 

איך האב אמאל געפרעגן מיין פאטער, לאנג לעבן זאל ער, פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבן א פרוי א שיין קול אדער די געשאנק פון נגינה? זענט איר גרייט פאר זיין תירוץ? „זיך צו שטארקן און דאס נישט ניצן”! המממממם, איך גלייב נישט אז דער אויבערשטער האט געגעבן צוויי אויגן דעם מענטש כדי ער זאל זיך שטארקן און ארומגיין מיט צוגעמאכטע אויגן. אבער גיי זיי דאס מסביר צו איינעם מיט פארשטאפטע אויערן. ליידער זענען זיי באשאפן געווארן מיט אויערן וואס הערן נישט, קען מען זיי דאך נישט באשולדיגן דערפאר. 

וויפל קייטן און שטריק מען האט שױן ארויפגעלייגט און מען וועט װײטער ארויפלייגן אויף מיינע פליגלען וועט מען מיר אבער קיינמאל נישט קענען פארשװײגן. איך וועל ווייטער זינגען און איך וועל זינגען אינעם אויבערשטנס נאמען פאר אלע אומשולדיגע פייגל וואס זענען פארשפארט און צוגעבונדן צום נעסט. און מיטן מױל קען מען נישט נאר זינגען, נאר רעדן אױך. און מיר דארפן נוצן דאס געווער אינאיינעם זיך אקעגנצושטעלן אלע אומגערעכטיגקייטן קעגן אונז פרויען. זאל מען הערן אונזער קול. צוזאמען וועלן מיר, אידענעס, גיין באגריסן משיח צדקינו. יא, מיר פרויען פארנט פון די מענער — מיט שטאלץ. בב״א! 


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.