Through Riki‘s Eyes

אַן אײַנרעדעניש ערגער פֿון אַ קרענק?

Even Worse Than Medical Illness: A Broken Spirit

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share

אנגסט (anxiety) איז ווי א תפיסה אן אן ארויסגאנג.

א פאניק וואס נאגט אין מח.

א שטימע וואס הילכט אפ ווי א דונער מיט א ווידערקול.

א שטריק וואס דערשטיקט דעם האלדז — צוביסלעך.

א באמבע וואס באכעט אין הארץ.

א דיבוק וואס מען פארכט איום ונורא.

א פערזענליכע אפאקאליפסיע.

Yehuda Blum

מען שפירט ווי מען גייט אויס צוביסלעך. עס נעמט איבער דעם מח און לאזט נישט קיין ארט פאר רעאליטעט. די הארץ קלאפענישן ווערן שטארקער, די אויגן — פארבלענדט, דער אטעם — שווערער, און דער האלדז — טרוקענער. מען פראבירט זיך בארואיגן מיט א טיפן אטעם אבער דאן הייבט מען אן טראכטן אז עפעס שטעקט אין האלדז און די מחשבות הויבן אויך אן לויפן. מען ווייסט שוין אליין נישט וואס איז עכט און וואס נישט און דאס מאכט דעם מענטש הילפלאז.  

אנגסט לאזט נישט דעם מענטש לעבן רואיג. עס לאזט נישט דעם מענטש גיין אין ערגעץ. מען קען זיצן ביים ברעג ים און די וועטער איז הערליך, ס’בלאזט א ווארימע ווינטל און די זון גלעט דעם פנים מיט ליבשאפט, אבער אויב טוען די געדאנקען לויפן העלפט נישט גארנישט.

אוי וויי, אפשר וועל איך ווערן פארברענט פון די זון… אפשר איז דער מענטש וואס זיצט נישט ווייט פון מיר א מערדער און פלאנט שוין מיין טויט… אפשר גייט א שארק פיש ארויסטאנצן פון וואסער און מיך אויפעסן… אפשר גייט פלוצלונג פון ערגעץ ווי ארויסוואקסן א טעראריסט און אנהייבן שיסן… און אזוי רוישט דער מח אזוי ווי די כוואליעס פונעם וואסער וואס קראכן אריין אינעם זאמד ביים ברעג.  

א מענטש וואס ליידט נישט דערפון וועט קיינמאל נישט פארשטיין ווי שווער דאס איז צו באקעמפן. יעדן טאג איז דאס אן עקסטער געראנגל פאר זיך. א קריג מיט די מחשבות. מען פראבירט אוועקשטיפן געדאנקען וואס הייבן אן אריינקריכן ווי קליינע ווערימלעך. מען פראבירט כאפן א טיפן אטעם. אבער נאך דעם וואס עס הויבט זיך אן און עס נעמט איבער, איז שוין זייער שווער ארויסצוגיין דערפון. עס קומט אפט פון צופיל אריינטראכטן און אפילו מען זאגט זיך: טראכט נישט דערפון, העלפט עס נישט אלעמאל. 

מען זאגט: אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק. מען כאפט אפילו נישט ווי טיף איז דער טייטש פון די ווערטער, און וואס פארא גרויסן מוסר השכל מען קען דערפון ארויסנעמען. ווען א מענטש ליידט, ליידער, אויף א פיזישע קרענק, באקומט ער נאר חיזוק און גוטע ווערטער מיט וואונטשן. אבער אויב ליידט איינער ל״ע פון א גייסטישע קרענק דאן זאגן מען וועגן אים: „עעע, ער איז א משוגענער…‟; „עעע, ער האט צוטאן מיט די נערוון…‟ „אאא, מאכטס זיך נישט נאריש; עס איז נאר אן איינרעדעניש‟. עס איז פונקט אזוי וויכטיג זיך צו האלטן גייסטיש געזונט ווי פיזיש. און אויב איז עס אמת וואס מען זאגט אז אן איינרעדעניש איז ערגער פון א קרענק דארף מען אוודאי און אוודאי מחזק זיין די וואס ליידן דערפון אדער סיי וועלכע גייסטישער פראבלעם ווייל ס׳איז דאך טאקע ערגער פון א קרענק.  

אזויפיל מענטשן ליידן אויף גייסטישע קרענק און קיינער ווייסט נישט דערפון. מען שטעלט אן א פנים פונדרויסן כאילו אלעס איז וואול און גוט, אבער פון אינווייניג עסט דער מענטש זיך אויף, פילט זיך צובראכן און קיינעם פאלט אפילו נישט איין וואס גייט פאר. און א סך מענטשן, ליידער, באקומען נישט די ריכטיגע הילף און באהאנדלונג [treatment] ווייל זיי שעמען זיך דערמיט.

אבער פארקערט — דאס איז בכלל נישט קיין בושה! איך פארשטיי נאכנישט פארוואס דאס איז מער א בושה ווי א פיזישער קרענק. מיר דארפן מער רעדן דערפון כדי אז די וואס ליידן דערפון זאלן זיך נישט פילן אזוי אומבאקוועם דערמיט. זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע אייגענע תפיסות און צוקומען צו אמת׳ע מנוחת הנפש. אמן.