Through Riki‘s Eyes

אויך מיר אַ וואַקאַציע

Vacationing Chassidish Style

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אין א ראד פון בענקלעך און ניוגאד׳ס, ליגשטולן, אויפן גראז אין די קאנטרי, זיצט א גרופע אויסגעמוטשעטע אידענעס, פרויען און יענטעס און רעדן פון די קוראנטע געשעענישן און נייעס וואס איז נאכנישט אנגעקומען צו „קול מבשר‟ אדער וואס די מענטשן פון די מעשה ווייסן נאך אליינס נישט דערפון…

וועלכע לעפקאוויטש האט, למשל, א שידוך געטאן מיט וועלכע יאקאבאוויטש, אדער אויב זיי גייען א שידוך טאן… צי פרידמאן האט זיך צעשיידט, צי ווערצבערגער האט זיך געגט… דבורה יוכבד האט געקויפט א bugaboo וועגעלע אויף באָרג, און חנה צירל האט געקויפט א זעקס טויזענט־דאלערדיגע אנצוג (אוודאי און שווארץ)… ביילא שיינדלס טאכטער האט זיך „נעבעך‟ אויסגעטאן דאס שפיצל און אנגעטון א שייטל! (יעצט איז זי העפּי?!) ברכה משכט׳ס זון „נעבעך‟ קוקט אויס ממש ווי א שייגעץ מיט דעם קליינעם גויישן קאפל (אזוי דערציילט מיר א גוי, אז ער איז געווען אין תפילה און אלע גויים האבן געטראגן דעם קאפל!)

און פונקט ווען צפורה קריינדל מיינט שוין אז ענדליך ענדליך קען זי פארברענגען און לאכן אן א שטער, צעקלינגט זיך איר קליינע פינקע [ראזע] קינדער־מאניטער און עס הילכט אפ א יאמערליך געוויין פון די אנדערע זייט. מיט גרויס פאניק און יאגעניש הייבט זי זיך אויף פון איר באקוועמע זיץ און לויפט אריין אין באנגעלוי צו בארואיגן דאס קינד.

„הלוואי וואלט משה יענקל ווען דא געווען מיר ארויסצוהעלפן,‟ טראכט זי צו זיך, „נאך אזא שווערע טאג פון נאכלויפן אלע קינדער, זיי נאכקוקן אינעם שווים-באסיין, אויסהערן אלעס וואס זיי האבן צו דערציילן, און מאכן זיכער די קלייניקע נעמט נישט אריין סיי וואס און מויל, וואלט איך זייער געקענט נוצן אפאר מינוט זיך צו בארואיגן אויף די פרישע ליפט אן א שטער יעדע מינוט פון א צווייטע קינד.‟

און אויב איז דאס נישט גענוג האט זיך חיימל דאס צוויי־יעריגס דערוועקט און מיטגעהאלפן מיט דעם וויינענדיגן כאר. צפורה קריינדל קען זיך קוים באכלעפטשענען, זיך געבן אַן עצה, און פראבירט וויגן דאס קינד איינצושטילן אים אבער אן ערפאלג. האלטנדיג רייזעלע אין איין האנט און גלעטנדיג חיימל׳ס האר מיט די אנדערע הייבט זי אן זינגען „ראזשינקעס מיט מאנדלען‟ ביז די קינדער שלאפן ענדליך צוריק איין. רייזעלעס פנים גלאנצט און שיינט און זי שמעקט פון קינדער זאלב. עס חלומט זיך נישט אז פאר אפאר שעה צוריק האט זיך דאס קינד געוואלגערט אין מאראסטיקע בלאָטע און פארזוכט אביסל גראז. די מאמע גיט א קוש אויפן שטערן און אויפן שפיץ פונגער, און אן א פיפס גייט זי שטאטליך צוריק ארויס. וויבאלד די טיר האט זיך פארמאכט הינטער איר האט זיך דער כאר ווידעראמאל צעזינגען און דאס מאל איז שוין געווען א דריטער חזן אויך. דאס איז עס, היינט נאכט וועט זי שוין מוזן בלייבן מיט די קינדער. אפשר ווען משה יענקל וועט קומען פאר שבת וועט זי זיך קענען אפרוען אביסל.

ביז דערווייל זיצט זיך משה יענקל אין רעסטאראנט — צי איז דאס „גאטליבס‟ אדער „מיסטער בראדוועי‟ — און פרעסט אריין כיד המלך אן א שטער. און דערנאך פרעכעצט ער זיך אויס אין שוויץ, לאזט זיך וווילגיין, באקומט א פיינעם „בעזים‟ און א קוועטש אויפן רוקן און פארויכערט א לילקע ציבעך מיט א ביר אין די אנדערע האנט, פארגעסנדיג אז עס עקזיסטירט א ווייב און קינדער ערגעץ וואו אין די בערג.

ויהי היום, ס׳איז פרייטאג נאכמיטאג. והנה און אט, ער רוקט זיך אן. ער איז דא!

די טיש געדעקט, געביגלטע אויסגעפּרעסטע העמדער, עס שמעקט פון מאכלי שבת און די באנגעלוי איז ריין, אזש מען קען לעקן די ערד (ווייל אָך און וויי אויב נישט!). רואיגערהייט זעצט ער זיך עסן טועמיהו* אינדרויסן ווייל „ער האט אזוי שווער געארבעט א גאנצע וואך‟.

עס קומט שבת פּאָפט ער אוועק. מוציא שבת קומט אן די באוואוסטע תיקון חצות קומזיץ קאפעליע און מען זיצט נאכאמאל מיט ביר און ציגארעטלעך און מען זינגט א גאנצע נאכט.

נו פרעג איך אייך… ווער איז דא אויף וואקאציע?


* עסן טועמיהו: אַ חסידישער מינהג, אין וועלכן דער מאַן פארזוכט ערבֿ שבת אַ ביסל פֿון אַלע מאכלים וואס מע וועט שפעטער דערלאנגען צום טיש


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.