Sholem Berger

מער בלײַביק ווי בראָנדז

More Durable Than Bronze

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

אַלץ אין איינעם

כ’בין אַליין אַ גאַנצער דור
פֿון יאָרן אויפֿגאַנג און פֿאַרגיי.
איך וואַקל צווישן גליק און וויי
און וואַרט אויף דעם וקראתם דרור.

סע שפּרינגען שערבלעך אָפּ פֿון זיך
ביז אַנטבלייזט בלײַבט אַ פֿרישער לײַב
פֿאַרטײַענדיק דעם תּהום. כ’פֿאַרבלײַב:
צעשמעלצעניש און איין פּאָר שיך.


מער בלײַביק ווי בראָנדז

שאַפֿן שאַפֿן שאַפֿן שטאַרבן
שטאַרבן שטאַרבן ווײַטער גאָרניט
און פֿון שאַפֿונגען געטאָקטע
בלײַבן וועט אונדז מער קיין האָר ניט

פֿאַרצײַטיש-בראָנז’נע מאָנומענטן
קרישלען זיך ווי אַלטע טייגלעך
נאָך אַלעמען איז אונדז דאָס שטאַרבן
אַ שאַפֿונג וואָס בלײַבט פֿעסט אויף אייביק

יעדער קען אַ קינסטלער ווערן
הכנות מאַכן נאָך בײַם לעבן
אייביק וועט מען שטאַרבן שטאַרבן
מער וועל איך ניט איבערגעבן


הדרן

פּלוצעם פֿאַרגעסן צו אָטעמען:
װאָס איז די זכיה פֿון אָדם’ן?

אַ מחלוקת. נישט פֿישל צי ריבאַ:
מוטבֿ או לא שלא נבֿרא.

דערגייט מען די סודות פֿון קיום:
זאָגט מען אַ הדרן בײַם סיום?


שלאָפֿליד

אַ טאָג גייט אויס מיט שטילן סוף.
מע הערט דעם רגעס תּחנון-רוף.
פֿון שׂכל טוט דער פֿערד אַ לויף.
מע פֿלעכט אַ קיישל פֿול מיט שלאָף.
ערבֿ פּסח רעווערי

די יויך יײַכלט
זוגתי שמייכלט
באַלד ס’מאכלט
אין מײַן בויך.

קרבן פּסח
אַ טעם האָט? ווייסעך
נאָר מאַך מיר פֿליישיקס
ס’זאָל גיין אַ רויך.

ווידער לחיים.
מער נישט מצרים.
כאָטש אַלץ: ידיים
ידיי עשׂיו.

זאָל זײַן דאָס מאָל
זולתי קול
און בכּל כּל
כּדי תּשבֿ.
הודאה

אין דרויסן איז נאַס
שווים איך אין דער גאַס
איך בין אַן אויטאָפֿיש:
גיך, גליטשיק און צעמישט


דעם נאָמענלאָזן

באַלד וועסטו וויסן
ווי דו הייסט.
אויב נישט די אותיות
לפּחות פֿאַרשטייסט
דעם דיקדוק פֿון עמאָציעס

אײַנגעקריצט אין מחנות הערצער
ווי דאָס שמייכל וואָס באַטײַט גליק
אָדער באַפֿרײַט פֿערצער.