Sholem Berger

ווערטיקאַלע געלעגנהייטן

Vertical Opportunities

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

ווערטיקאַלע געלעגנהייטן

אַ וואַנט איז אַ מאַפּע
פֿון ווערטיקאַלע געלעגנהייטן
מע קריכט כּסדר
און דאָס אַראָפּפֿאַלן
איז אַ וואַגיק קריכן.
אויף דער לופֿט
קלעטערט יעדער
מיט יעדן טריט פֿון אינערלעכן שאַצקאַמער
ביז מע לערנט זיך אויס שוועבן
מיט דער פֿיזיק פֿון דמיון.

מיטװאָך

צװישן יעדע צװײ אױטאָס פֿירט זיך אַ שמועס צװישן פֿינצטער און ליכט, ערד און ברוק. קױם צו דערהערן פֿאַרבײַגײענדיקערהײט. װעלכע חיות האָבן, אַ דאַנק דער עװאָלוציִע, מיטגעמאַכט די גילגולים פֿון דער דאָזיקער אַדאָפּטירטער שטאָט מײַנער, אַ דאַנק דער בײגעװדיקײט פֿון לעבעדיקן באַשעפֿענישן?

אפֿשר איז פֿאָרט גאָרנישט דאָ, צװישן די מאַשינען?

אַ לבֿנה הענגט ערגעץ צװישן משל און נימשל.

זונטיק

צווישן די פֿילפֿאַרביקע סוועטערס צום פֿאַרקויפֿן אין מייסיס זעט מען אַ טשערעפּאַכע, װאָס שטעקט אַרויס דעם קאָפּ אויף איר קורצן העלדזל און קוקט, ווי קונים גייען זיך אַדורך. ניט וויסנדיק פֿון זמן און געדויער, דערמאָנען די העקסאַגאָנען פֿון איר פּאַנצער אין קאַמופֿלאַזש פֿון געפֿאַלענעם סאָלדאַט.

דינסטיק

די װעלט זאָגט שנײ, און װערט אַנטשװיגן. פֿאַראַן שמוץ און פּוץ, שמועס און שמועה, נאָר דאָ איז אַלץ דער סאַמע פּראָצעס פֿון אַנידערליגן און אַרױפֿשפּיגלען. אױף דער נאַכט, װערט אַלץ אײַנגעװיקלט אין אַ קלימאַט פֿון מענטשלעכן דרימל.

מאָנטיק

די אַרבעט רופֿט זיך. דאָרט װעסט עפּעס אױפֿטאָן, עפּעס דערלײדיקן. אין קאַװע שטעקט דײַן כּוח. צי אין דעם געדאַנק, אַז דײַנע שעהען זײַנען נישט נאָר אױסן אַ לײדיק דרײען־זיך פֿון יחידישן רעדל פֿון פֿאַרשטאַרטע שטאַרביקײט.

און די זײגערס, די הײַנטיקע, זײ דרײען זיך דאָך מער נישט, און קוקן קוקסטו מער אָפֿט אױף דײַן טעלעפֿאָן צו דערגײן די צײַט. מע קוקט אױפֿן געװעזענעם קול־אַפּאַראַט צו דערגײען די שעהען, װאָס האָבן הײַנט עפּעס קײן האַפֿט נישט. קען זײַן, אַז באַלד װעט מען זיך אײַנקוקן אין טעלעװיזאָר צו געפֿינען די ליבשאַפֿט.

דינסטיק

בשעת קינדער שלאָפֿן, װערן שנײעלעך געבױרן אין די אומרויִקע חלומות פֿון עלטערן.

מיטוואָך

אַ מיטאָס האָט מען דיר אײַנגעשפּריצט בײַנאַנד מיט דער מוטערס מילך, אַז דאָס דאָזיקע וועלטל לאַזט זיך - כאָטש צו ביסלעך - מיט דער צײַט פֿאַרשטיין. נאָר ס’איז באמת פֿול מיט וווּנדער און ווילדקייטן. הײַנט האָב איך געזען ווי אַ הונט גייט אויף דער גאַס און - קלאָר ווי דער טאָג - איז פֿאַרטיפֿט אין הינטישע געדאַנקען. אָן צו בעטן רשות בײַ אַ בר-נש.

מאָנטיק

יעדער מאָנטיק הייבט זיך ווידער אָן דאָס לעבן אין ביוראָ, כאָטש אין מײַן אַרבעט. מע עפֿנט אויף די טיר און מע זעט דאָרט דעם קאָמפּיוטער וואָס האָט געדולדיק איבערגעוואַרט דעם סוף-וואָך ווי אַ הונט וואָס דערוואַרט די פֿוסטריט פֿון בעל-הבית. מע זעט פּנימער פֿון קאָלעגעס און מע צילעוועט אויף זיי די קשיא וואָס מע קען זיך - טאָר זיך - דערפֿון זיך ניט אַרויסדרייען: “האָו וואַז יור וויקענד?”

וויקענד איז טאַקע סוף-וואָך נאָר אויך אָנהייב-וואָך, דער אָנשפּאַר וואָס יעדער כאַפּט זיך אָן דערויף מיט ציטערנדיקע הענט, כּדי זיך ניט אַראָפלאָזן אין תּהום פֿון אומבחרנמותדיקן ששת-ימי-המעשה.

מיטוואָך

די געדאַנקען שפּרינגען פֿון טיש צום בענקל, פֿון בענקל אַראָפּ אויפֿן דיל. ניט ווי דיזני מלאכים שפּרינגען זיי נאָר ווי פֿאַרפּײַניקטע בריאות. עס טוט זיי וויי, די געדאַנקען, און זיי ווייסן ניט וואָס צו טאָן. די געשרייען ווערן אויסדריקלעך ביז מע טאָר זיי מער ניט איגנאָרירן און מע פֿאַרשרײַבט זיי. דער ווייטיק אָבער בלײַבט ווייטיק.

מיטוואָך

אין מיטן באַפֿרײַען זיך פֿון די טאַג טעגלעכע טייגלעך פֿאַרקלעפּט איינער צום צווייטן, ד”ה די ניוראָנען פֿאַרקנוילט אין מוח, דערמאָנסטו זיך אַז די מחשבֿות וואָס האָבן דיך געפֿאַנגען, בזמן הזה אין איצטיקן חג-החרות, זײַנען סײַ די פֿאַרשקלאַפֿערס סײַ די פֿאַרשקלאַפֿטע. אַ פּאַראַדאָקס? אָדער אַ פֿאַרכּישופֿטער קרײַז? צי - אַ מעביוס-בענדל?

זונטיק

די שטאָט ברענט. און די בירגער ווערן צעשלאָגן. אַבסטראַקציעס? אינטעלעקטועלע דריידלעך? פּאָליציייִשע אומגלײַכקייטן באַכּוחט פֿון פּאַנצער און ביקס?

זונטיק

צווישן אויטאָס און וואַנטגעמעל האָבן מיר פּאָסמאַקעוועט זיך מיט אונדזער מאָלצײַט, מהנה געווען פֿון צווייטנס געזעלשאַפֿט. שוין אין דער היים, האָבן מיר ביידע איבערגעלייענט דאָס בליצבריוול פֿון די קינדערס טאָגשול. אַ לערערין האָט זיך פֿריצײַטיק געפֿעלט, און לוויה-אַראַנזשירונגען האָט מען געמאַכט, ווי אויך (היות ווי זי איז אַ גויע) צײַטן אָנצוקוקן דעם בר-מנין. מיר צעקריגן זיך איבער דעם, צי אונדזער 11-יאָריקע זאָל מען דערלויבן אָפּמערקן איר טויט.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.