Sholem Berger

שטיללעבן

Still Life

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

דער באָדן װערט צעטרײסלט
פֿון אַלץ װאָס ס׳איז קױם געשען.
צװישן די מױער־שאָטנס
טאַנצן אײביקײטן און נישטגעװענס.
מײַן גופֿיקער לײַב האָט זיך זעליש פֿאַררײטלט.

דער נצחון־בעכער איז פֿאַרסמט
בעת דער קעלישעק פֿון דורכפֿאַל איז זיס
פּאַסיק באַגלײט מיט אַ טרוקענעם װײַן
און אַ רעפֿטל דעקאַדענטישן קעז.
דער קעלנער, על־פּי נס, האָט נישט פֿאַרזאַמט.

און דאָס געבײַ װאָס פֿאַרזאָרגט אונדז אַ דאַך און געװעלב
איז אַ שטח־דיכטונג. אַ מענטשן־באַשאַף.
מיר טוליען זיך צו אַנאַנד מיט חשד.
די נשמה איז אַ טעמפּער סײסמאָגראַף.
אין נאַפֿטיקן צימער — …אַ שװעבל.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.