Sholem Berger

אַטמאָספֿעריק

Atmospheric

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

צוליב צילן

צוליב צילן
װערט דאָס בילד באַלױכטן
מיט שטרענגע רעפֿלעקטאָרן
און די רעצענזיעס אָנגעשריבן
פֿון קאַטעגאָרישע װינקלען.

מיט צופֿאַלן
פֿאַרשפּעטיקן זיך די אײַזנבאַנען
און װיכטיקע אױפֿטוען
פֿאַרזאַמען.

ערגעץ אין צװישן
לעבט דאָס מענטשל.
אַמאָל להוט צו שפּירן
אַמאָל איבערצײַגט
אַז פֿאַרפֿאַלן.


אָפּשאַצונג

אַ רונד פּנים באַגריסט אַ הײסע נאַכט.
צוליב סטרוקטור איז אַלץ געװאָרן װאַנט.
מחמת סדר האָב איך געגעבן אַכט.
מאַך מיך פֿאַר אַ סיג מיט דײַן האַנט.

אַ האַלבע װעלט צעפֿאַלט זיך — איז צעשטרײַט
בײַ מײַן פֿאַרשטאַנד. איך קען נישט תּופֿס זײַן
די שטענדיקײט פֿון שײנקײט, די טערפּקײט פֿון דײַן װײַן.
איך שטײ אין דרױסן, קוק אַהין אַרײַן.


אַטמאָספֿעריק

אַ געװיקס איז אַ תּירוץ צו קושן די ערד.
מע לעבט נאָר פֿונעם אײַנגעזאַפּטן אין יענעם.
די זונענשײַן איז אַן אָפּגעצאָלטער חובֿ.
די לופֿט איז דײַן ערשט און דײַן לעצט מאַנטל?


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.