Rivka Basman Ben-Haim

יאָסל בערגנער לזכּרון

In Memory of Yosl Bergner

פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

(ביילע בריקס־קלײַן אַ דאַנק)


מײַן ליד האָט פֿאַרלוירן אַ פֿרײַנד
אַ נאָנטן צו מיר,
אַ מאָלער וואָס האָט מיט קאָלירן
זײַן עלטער פֿאַרמאָלט,
ביז די צײַט האָט מער ניט געוואָלט
קאָליריק זאָל אויסזען אַ טאָג,
און אַ יאָר און אַ לעבן.
ביז אַלץ וואָס די צײַט האָט דעם מאָלער געגעבן
איז פֿאַרבליבן אין ליד מיט אַ טרעריקן סוף,
אַ קאָליר אין געראַנגל ווי אַ וואָרט
איינער אַליין;
דער טאָג זאָל קאָליריק ניט פֿאַרגיין.

דעם 18טן יאַנואַר 2017


פֿאַר באָריס סאַנדלער

פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

צוזאַמען מיט דיר
זוך איך אין צײַט דעם באַשייד,
אַוווּ איז אַנטרונען מײַן וועלט
אָן אַ וואָרט פֿון גערייד,
אָן אַ סימן, אַ שפּור
ווי אין ברונעם אַרײַן,
ווען מיד שוין פֿון זוכן
וועלט אויס און וועלט אײַן.
און אַלץ וואָס מיר קענען
איז ווערטער פֿאַרשרײַבן,
טרעריקע ווערטער מיט פֿונקען צעגליט
דאָרט וועלן וועלטן אַנטרונענע בלײַבן,
ווי ס׳בלײַבט אונדזער אָטעם אין ליד.
דאָרט וועלן ווערטער כּסדר אונדז וועקן
ניט אויפֿהערן זוכן דעם שטעג וואָס פֿאַרהילט,
דאָרט וועלן ווערטער אויך קומען אַנטפּלעקן
אַ וועלט ניט אַזאַ ווי דו ווילסט.

Read more


אַ גרוס אין פֿרימאָרגן

Morning Greeting

פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם

אַ שמועס צװישן אַ פֿול־בליִענדיקן בױם מיט אַן אײנציקן בלימעלע

װאָס טױג דיר די שפֿע פֿון בלומען,
װי מיאוס דו װערסט װען זײ װערן פֿאַרבליט.
אַזױ האָט גערעדט צו דעם בױם
אַ בלימל אײנער אַלײן, װאָס קױם זיך פֿאַרהיט.
דער בױם האָט געשװיגן קאָליריק און שײן
באַװיזן זײַן גאַנצן פֿאַרמעג,
נאָר דאַן װען דער בױם האָט זײַן שײנקײט פֿאַרלאָרן
איז דאָס בלימעלע אײנער אַלײן
שענער געװאָרן.

2013


פֿאַר אַלמה ש.

אַ ליד איבערזעצן
און לאָזן דעם ציטער
אין װערטער באַגלײט,
און לאָזן די אָדליגע
װי טראָפּעלעך פֿרײד
פֿון נשמה אין װאָרט
מיט אַ צאַרטן באַריר,
אַ ליד איבערזעצן
װי אַרײַן אין אַן אָפּגרונט
און אַרױסגײן גאַנץ און פֿאַרהיט, —
איבערזעצן אַ ליד.

2013


* * *

כ’האָב געװאָלט זיך אױסבױען אַ װעלט
אָן שטעכערס, אָן װוּנדן,
זײַנען אַלע מיטהעלפֿער פֿון װעג
פֿאַרשװוּנדן.

בין איך שטײן געבליבן פֿון דער זײַט
בײַ אַ בױם װוּנדערלעך צעבליט,
האָב איך אױסגעבױט מײַן װעלט
אין אַ ליד.

2013


אַ גרוס אין פֿרימאָרגן

אַ ליד נעמט אַװעק די װאָלקנס
און העלער װערט דער אַרום,
מיט אַ ליד דערזעט מען אין װעג
אַ בלום.

די טריט װערן װײכער אין װעג
זײ פֿירן אַהין װוּ עס בליט
און פֿירן ניט קײנמאָל אַװעק
װוּ ניטאָ איז קײן ליד.

אַ ליד נעמט דיך אַרום
װי אַ מאַמע ליב און געטרײַ
און רױמט דיר אין אױער אַרײַן, —
ניטאָ קײן פֿאַרבײַ.

2013


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.