Oyneg Shabes

ווידעאָ: יצחק לודען ז״ל געדענקט די „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟

Video: Itzhak Luden Remembers the Medem Sanatorium

אין 2014 האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ געמאַכט אַן אינטערוויו מיט יצחק לודען ז׳׳ל. ווי יעדער איינער וואָס האָט גערעדט מיט לודענען וועגן זײַן יונגט, האָט זי געהערט זײַנע לעבעדיקע זכרונות פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟, די בונדיסטישע לערן־אַנשטאַלט פֿאַר אָרעמע קינדער, וואָס ער באַצייכנט אינעם אינטערוויו ווי דער „דימענט‟ פֿונעם ייִדישיסטישן דערציִונגס־וועזן. אינעם אינטערוויו דערציילט לודען ווי אַזוי די „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ האָט געווירקט אויף זײַן גאַנץ לעבן.

די קינדער פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ זענען געווען באַרימט פֿאַר זייערע לידער, סקיצן און פּאַראָדיעס. אויבן זינגט לודען אַ פּאָר פֿון די פּאַראָדישע לידער, וואָס די קינדער פֿלעגן דאָרטן זינגען, אַרײַנגערעכנט איינע, אין וועלכן די קינדער מאַכן חוזק פֿון דער סאַנאַטאָריעס מעטעאָראָלאָגישער סטאַנציע ביז מע הערט אַ דונער.

נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ אין 1942 האָבן די קינדער וואָס האָבן זיך אַמאָל געלערנט אין דעם אַנשטאַלט געשטרעבט אים צו פֿאַראייביקן. צווישן זייערע אויפֿטוען איז געווען דאָס ריזיקע יזכּור־בוך, וואָס לודען האָט געהאָלפֿן צוגרייטן צום דרוק.


„באָכע באָכע באָכע‟ געזונגען פֿון ליפּא שמעלצער

"Boche Boche Boche" sung by Lipa Schmeltzer

דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער מיכאל שניצלער האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם אַלבאָם „מימיני מיכאל‟. צווישן די לידער אויפֿן אַלבאָם איז דאָס ליד „באָכע באָכע באָכע‟, אָנגעשריבן פֿון ליפּא שמעלצער, אפֿשר דער גרעסטער שלאַגער ביז אַהער. דאָס ליד, מיט אַ פֿאַרכּישופֿדיקן ריטעם וואָס האָט וואָרצלען סײַ אין דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק, סײַ אין דער הײַנטיקער „ראָק‟־מוזיק, ווערט באַטראַכט ווי אַ טאַנצשלאַגער בײַ חסידישע בחורים און יונגעלייט. אויבן קען מען זען ווי ליפּא שמעלצער האָט געזונגען דאָס ליד אויף אַ חתונה מיטן „שירה‟־כאָר.

און אָט קען מען זען ווי מע טאַנצט צום ריטעם פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.


ווידעאָ: חוה ראָזענפֿאַרבס ליד וועגן „בונד‟ אין מעלבורן

Video: Chava Rosenfarb's Poem about the Bund in Melbourne

בונדיסטן איבער דער וועלט האָבן לעצטנס געפּראַוועט 120 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון זייער באַוועגונג. אין ס׳רובֿ ייִדישע ייִשובֿים האָבן די פֿײַערונגען כּמעט אויסשליסלעך פֿאָקוסירט אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט. אין מעלבורן, אָבער, וווּ עס געפֿינט זיך אַן אַקטיווע בונדיסטישע קהילה מיט אַ טאָגשול, אַ ביבליאָטעק און רײַכע קולטורעלע פּראָגראַמען, איז די פֿײַערונג געווען אַ באַווײַז, אַז די טראַדיציעס פֿון דער באַוועגונג ציִען זיך דאָרטן ווײַטער צום ייִנגערן דור.

ווי אַ טייל פֿון אָט דער פֿײַערונג האָבן דודי רינגלבלום און זײַן זון הלל פֿאָרגעלייענט חנה ראָזענפֿאַרבס רירנדיק ליד וועגן דער ראָלע וואָס דער „בונד‟ האָט געשפּילט אין איר משפּחה־געשיכטע און ווי אַזוי די באַוועגונג האָט געווירקט אויף איר לעבן בכלל.


„אַלטער דאָנאַלד‟ — אויף ייִדיש

Old MacDonald in Yiddish

לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט טעדי שוואַרץ, וואָס האָט איבערגעזעצט אַ ריי באַקאַנטע אַמעריקאַנער לידער, צװישן זיי: דעם דאָזיקן פּרעכטיקן נוסח פֿון „אַלטער דאָנאַלד‟. לזכר איר אָנדענק ברענגען מיר אײַך דעם ווידעאָ װי די יונגע זינגערין טעמע שעכטער שטעלט פֿאָר דאָס ליד.

יעדע שפּראַך האָט באַזונדערע קלאַנגען, וואָס עס מאַכן כּלומרשט די בעלי־חיים. אויף ענגליש זאָגט אַ הונט, למשל, woof און אויף ייִדיש ־ „האַווקע‟. איין אופֿן, ווי אַזוי מע לערנט די קינדער צו דערקענען געוויסע קלאַנגען פֿון חיות, איז דורך געזאַנג.

אין אַמעריקע איז דאָס באַקאַנטסטע ליד פֿון אַזאַ סאָרט Old Macdonald. עס דערציילט וועגן אַן אַלטן פֿאַרמער, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ריי בעלי־חיים אויף דער פֿאַרם. בעת דאָס ליד רעכנט אויס די פֿאַרשידענע באַשעפֿענישן אויף דער פֿאַרם, לערנען זיך די קינדער די קלאַנגען, וואָס עס מאַכן די חיות.

אין טעדי שוואַרצס קאָמישן ייִדישן נוסח קען מען הערן ווי עס וואָלט געקלונגען די חיות אויף דער פֿאַרם, ווען זיי וואָלטן אַלע גערעדט ייִדיש. איין אויסנאַם: אינעם ייִדישן נוסח פֿאַרמאָגט דער פֿאַרמער, חלילה, ניט קיין חזיר, אַזוי ווי אינעם אָריגינעלן נוסח.

אָט זינגט טעמע־ליבע שעכטער. אויף דער פּיאַנע — בנימין שעכטער


ווידעאָ: ווער וועט העלפֿן חנינא?

Video: Who Will Give Chanina A Hand?

פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכטע פֿילמען, וואָס מע שאַפֿט כּדי זיי צו ווײַזן אויף פֿאַרשידענע באַנקעטן און גאַלאַס לטובֿת די חסידישע ווויל־טעטיקע אָרגאַניזאַציעס, זענען שוין פֿון לאַנג זייער פּאָפּולער. אין אָט די פֿילמען זעט מען געוויינטלעך ווי אַן ערלעכער ייִד לײַדט פֿון עפּעס אַ פּראָבלעם און ווי אַזוי די אָרגאַניזאַציע, פֿאַר וועמען די צוקוקער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט כּדי צו שאַפֿן געלט, העלפֿט אים אַרויס.

אַזוי ווי אַ סך חסידישע פֿילמען (ווי אויך די ייִדישע פֿילמען וואָס מע האָט געשאַפֿן פֿאַר די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע), זענען די פּרעזענטאַציע־פֿילמען איבער דער מאָס וואָס שייך זייער עמאָציאָנעלקייט (דאָס הייסט אויף ייִנגליש: „שמאַלצי‟). נאָר די חסידישע צוקוקער זענען אָפֿט פֿון זיי דווקא טיף גערירט.

אינעם דאָזיקן פֿילם, אָנגעשריבן און רעזשיסירט דורך שלמה פּערל, פּרובירט אַן ערלעכער זעצער חנינה זיך אַן עצה צו געבן נאָך דעם וואָס מע זאָגט אים אָפּ. ער קען אָבער ליידער ניט באַצאָלן פֿאַר זײַנע טאָג־טעגלעכע באַדאַרפֿענישן ביז אַ יונגערמאַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „רבֿ חסיד‟ העלפֿט אים בסוד אַרויס.


„מיידעלע‟ פֿון אַריק איינשטיין

"Girl" by Arik Einstein

אַריק איינשטיין איז געווען די סאַמע וויכטיקסטע פֿיגור אינעם אויפֿקום פֿון דער ישׂראלדיקער „ראָק‟־מוזיק, אַזוי וויכטיק בײַ די ישׂראלים ווי באָב דילאַן, עלוויס פּרעסלי און די „ביטלס‟ זענען געווען אין אַמעריקע.

כאָטש ער איז באַקאַנט בלויז פֿאַר זײַנע לידער אויף העברעיִש, האָט ער אין 1971 רעקאָרדירט אַ ליד אויף ייִדיש, אַ ליבע־ליד מיטן נאָמען „מיידעלע‟, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן, אַז ער האָט עס געטאָן ווי אַ שפּאַס. איינשטיין האָט אַליין אָנגעשריבן דעם טעקסט און געשאַפֿן די מוזיק, וואָס קלינגט פּונקט ווי די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער „ראָק‟־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. אַז מע וואָלט זיך צוגעהערט צום ליד, ניט וויסנדיק ווער האָט עס געשאַפֿן, וואָלט מען אפֿשר געמיינט, אַז עס קומט פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס אין וועלכן קיין חורבן איז ניט געווען און די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן נאָכגעמאַכט די פּאָפּולערע מוזיקאַלישע סטילן פֿון אַמעריקע.

דאָס ליד האָט מען רעקאָרדירט אין אַ סטודיאָ און געשפּילט אויף עטלעכע קאָנצערטן, אָבער קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט אויף קיין אַלבאָם.

ייִדיש איז געווען איינע פֿון איינשטיינס מוטערשפּראַכן. זײַן פֿאָטער, דער באַקאַנטער ייִדישער און העברעיִשער אַקטיאָר יעקבֿ איינשטיין, האָט אים אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ קינד. זײַן טאַטע האָט געוואָלט, אַז אַריק זאָל ווערן אַן אַקטיאָר אַזוי ווי ער, אָבער דער יונגער אַריק האָט בעסער געוואָלט ווערן אַן אַטלעט. שפּעטער איז ער אַליין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע, אָבער דאָס מאָל — ווי אַ „ראָק‟־זינגער.


לזכר לענאַרד כּהנס יאָרצײַט — הערט זײַן „הללויה‟ אויף ייִדיש

On Leonard Cohen's Yahrzeit Hear his "Hallelujah" in Yiddish

לויטן ייִדישן לוח פֿאַלט הײַנט אויס לענאַרד כּהנס יאָרצײַט.

אין אויגוסט 2016 האָט דניאל קאַהן צום ערשטן מאָל פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַן עולם זײַן אויסערגעוויינטלעכן ייִדישן נוסח פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟. זײַן אויפֿטריט איז פֿאָרגעקומען אויף אַ מסיבה לכּבֿוד דעם זשורנאַל „אין געוועב‟ אין ניו־יאָרק.

איך און שׂרה־רחל שעכטער, וואָס זענען געווען דערבײַ, האָבן גלײַך געכאַפּט, אַז די דאָזיקע „הללויה‟ איז עפּעס וואָס וועט זײַן פּאָפּולער צווישן אַ ברייטן עולם און מע האָט פֿאַרבעטן דניאלן אַרײַנצוקומען צו אונדז אין סטודיאָ, כּדי צו רעקאָרדירן דאָס ליד. קאַהן האָט מסכּים געווען און מיט אַ חודש שפּעטער, אין סוף־סעפּטעמבער, רעקאָרדירט פֿאַר אונדז צוויי ווערסיעס פֿונעם ליד. אונדזער פֿילם־טעכניקער נחום קויפֿמאַן האָט וואָכן לאַנג געהאָרעוועט צו שאַפֿן אַ קלאַנג פֿון דער העכסטער קוואַליטעט, און צו פֿאַרזיכער אַז דער ווידעאָ זאָל אויסזען וווּנדערלעך.

ווען דער פֿילם איז געווען גרייט אין אָנהייב נאָוועמבער האָבן מיר באַשלאָסן אים אַרויסצולאָזן דעם טאָג נאָך די אַמעריקאַנער פּרעזידענטישע וואַלן, ווײַל ס׳איז געווען קלאָר, אַז קיינער וואָלט עס ניט באַמערקט אין די שטורעמישע טעג פֿאַר די וואַלן.

מיטוואָך, דעם 9טן נאָוועמבער, דער טאָג נאָך טראָמפּס אומדערוואַרטן ניצחון, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ סוף־כּל־סוף פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ווידעאָ. ס׳איז גלײַך געוואָרן אַ שלאַגער, צום טייל ווײַל אַ סך מענטשן וואָס זענען געווען שטאַרק אַנטוישט אין די וואַל־רעזולטאַטן האָבן אין אים געפֿונען אַ טרייסט. מיר האָבן, אָבער, צו יענער צײַט ניט געהאַט קיין אַנונג, אַז מיט צוויי טעג פֿריִער איז לענאַרד כּהן ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 82 יאָר. ווען זײַן זון האָט דעם 10טן נאָוועמבער געלאָזט וויסן דער וועלט, אַז כּהן איז אַוועק, האָט מען גלײַך אָפּגעטײַטשט דניאל קאַהנס פֿאָרשטעלונג ווי עפּעס וואָס מע האָט געשאַפֿן דווקא לזכר כּהנען, און דער ווידעאָ איז גלײַך געוואָרן ווילד פּאָפּולער — במשך פֿון פֿינף טעג האָבן אים געזען מער ווי 150,000 מענטשן.

אין די 11 חדשים זינט מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿילם האָט מען אים געקוקט מער ווי 600,000 מאָל. מע האָט געקוקט „הללויה‟ במשך פֿון מער ווי 1.5 מיליאָן מינוט, דאָס הייסט, דער עקוויוואַלענט פֿון דרײַ יאָר. מע האָט דערצו צוגעטיילט דעם פֿילם מער ווי 9,800 מאָל אויף פֿייסבוק און טוויטער.


אַ גאָר אַנדערע זײַט פֿון אַל דזשאָלסאָן

You've Never Heard Al Jolson Like This

אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז דער ייִדישער וואָדעוויל־זינגער און אַקטיאָר אַל דזשאָלסאָן געווען דער סאַמע פּאָפּולערסטער פֿאַרווײַלער אין אַמעריקע.

ניט געקוקט אויפֿן רעלאַטיוו־פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם צו יענער צײַט האָט דזשאָלסאָן קיינמאָל ניט באַהאַלטן זײַנע ייִדישע וואָרצלען. פֿאַרקערט, זײַן ייִדישקייט איז זייער אָפֿט געווען אַ טייל פֿון זײַן רוטין, אַזוי ווי אינעם סאַמע ערשטן פֿולן פֿילם מיט קלאַנג, „דער דזשעז־זינגער‟, וואָס האָט געוויזן ווי אַ ייִדישער אימיגראַנט, געשפּילט דורך דזשאָלסאָן, ווערט אַסימילירט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אינעם זעלביקן פֿילם טרעט אויף, דרך־אַגבֿ, דער גרויסער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט.

אַל דזשאָלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין מײַ 1886 אין סרעדניק, אַ קליין שטעטל ניט ווײַט פֿון קאָוונע. פֿון דער היים האָט ער געהייסן אַסאַ יואלסאָן. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1894, וווּ זײַן פֿאָטער האָט געפֿונען אַ פּאָסטן ווי אַ חזן און רבֿ אין וואַשינגטאָן די־סי. באַקאַנט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַנע דזשעז־לידער אויף ענגליש, האָט דזשאָלסאָן אָפֿט אַרײַנגעוועבט ייִדישע און העברעיִשע לידער אין זײַנע קאָנצערטן און אַפֿילו אין זײַנע לעבעדיקע אויפֿטרעטן אויפֿן ראַדיאָ.

צווישן זײַנע באַליבטסטע לידער אויף ייִדיש איז געווען דאָס פֿאָלקסליד „אַ חזנדל אויף שבת‟, וואָס ער האָט סײַ רעקאָרדירט פֿאַר פּלאַטעס, סײַ געזונגען אויפֿן ראַדיאָ. דאָס ליד ווײַזט בולט אָן, אַז ווען ער וואָלט געבליבן אַ פֿרומער ייִד אין אייראָפּע וואָלט ער מסתּמא געוואָרן אַ באַקאַנטער חזן. דער גורל האָט אים אָבער דערפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג, און אַ דאַנק דער נײַער ריכטונג איז די אַמעריקאַנער מוזיק אויף אייביק אַנדערש געוואָרן‘. דזשאָלסאָן האָט די מוזיקאַלישע השפּעות פֿון זײַן פֿאָטערס חזנות אַרײַנגעבראַכט אין דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער מוזיק, און די דאָזיקע ווירקונגען הערט מען נאָך אַלץ אין דזשעז.


שטיצער ווערן געזוכט פֿאַר „ביילע‟־פֿילם־פּראָיעקט

Donors Sought for "Beyle" Film Project

קריסטאַ וויטני, וואָס פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ ווייסט, אַז די אָנדערהאַלבן שעה־לאַנגיקע פֿילמירטע אינטערוויוען וואָס דער פּראָיעקט מאַכט זענען פּשוט צו לאַנג פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן צו קוקן. דערפֿאַר פֿאַרשפּרייט מען אויך קורצע אויסצוגן פֿון די אינטערוויוען און אַ מאָל דרוקט מען אָפּ לענגערע ציטאַטן פֿון די פֿילמען אינעם אָרגאַן פֿונעם צענטער — „פּאַקן־טרעגער.‟

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט קריסטאַ מיט אירע קאָלעגן אויך געשאַפֿן עטלעכע קורצע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן קולטורעלע פּערזענלעכקייטן אין דער „ייִדיש־וועלט‟, ווי, למשל, אַ פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע אײַדע מאַזע, אַ פֿילם וועגן דעם פּאָעט אַלטער עסעלין, אַ פֿילם וועגן דעם מוזיקער פּיט סאָקאָלאָוו, אַ פֿילם וועגן דעם זינגער מרדכי־צבֿי ראָסל און אַ פֿילם וועגן דעם „סטאַר־טרעק‟־אַקטיאָר לענאַרד נימוי.

להיפּוך צו די פֿריִערדיקע דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס דויערן אַן ערך 10־15 מינוט און ווערן פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, האָט דער צענטער לעצטנס געמאָלדן, אַז מע אַרבעט אויף אַ לענגערן פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס מע וועט פֿאַרשפּרייטן אויף די־ווי־די. דער פֿילם נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט איר זון איציק גאָטעסמאַן, איר אייניקל אסתּר גאָטעסמאַן, אַ ריי זינגער, וועמען זי האָט באַאײַנפֿלוסט און מיט דער פּאָעטעסע אַליין, באַגלייט מיט אַ טייל פֿון אירע לידער, ווי אויך אירע פּרעכטיקע צייכענונגען און מאָלערײַען.

מע קען שוין זען דעם „טריילער‟ פֿאַרן פֿילם אויבן. כּדי אונטערצושטיצן דעם פֿילם באַזוכט זײַן „קיקסטאַרטער־זײַט‟.


„דאָנאַ דאָנאַ‟: אַ באַליבט ליד איבער דער וועלט

Donna Donna: A Song Sung Round the World

דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד אַרום דער וועלט, וואָס איז לכתּחילה געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש, איז אָן שום ספֿק „דאָנאַ דאָנאַ‟, וואָס ווערט געזונגען אין כּמעט אַלע לענדער. טשיקאַווע איז אָבער צו באַמערקן דעם פֿאַקט, אַז להיפּוך צו „אַ ייִדישע מאַמע‟, וואָס אַלע ווייסן, אַז עס איז אַ ייִדיש ליד, ווייסן ס׳רובֿ מענטשן אין גאַנצן ניט, פֿון וואַנען עס שטאַמט „דאָנאַ דאָנאַ‟, און ס׳רובֿ פֿון די וואָס ווייסן, אַז מע האָט עס לכתּחילה געשריבן אויף ייִדיש, פֿאַרפּלאָנטערן דעם מחבר מיט אַן אַנדער באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט.

דאָס ליד „דאָנאַ דאָנאַ‟ האָט אָנגעשריבן אַהרן צײַטלין אַרום 1940 אין אַמעריקע ווי אַ טייל פֿון דער פּיעסע „אסתּרקע‟. צײַטלין איז ערשט געהאַט געקומען קיין אַמעריקע, כּדי צו אַרבעטן אין מאָריס שוואַרצס ייִדישן טעאַטער. צוליבן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער ניט געקענט צוריקפֿאָרן קיין וואַרשע. בעת דער מלחמה איז כּמעט זײַן גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן פֿאָטער, דער גרויסער ייִדישער דענקער הלל צײַטלין, און אַהרנס פֿרוי און זון, דערהרגעט געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ.

נאָך דער מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז מע האָט „דאָנאַ דאָנאַ‟ אָנגעשריבן אין אייראָפּע בעת דער מלחמה. צוליב עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש שטייט אָנגעשריבן אין אַ סך ביכער און אויף אַ סך וועבזײַטן, אַז דאָס ליד האָט מחבר געווען יצחק קאַצענעלסאָן, אָדער אין וואַרשעווער געטאָ, אָדער גאָר אויף דער באַן קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט אים דערהרגעט. די געשיכטע איז, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן ניט אמת. דער מחבר פֿונעם „ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟ האָט ניט געהאַט קיין שום שײַכות צו „דאָנאַ דאָנאַ‟.

דאָס אָריגינעלע ליד אויף ייִדיש איז געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע און איבער דער וועלט במשך פֿון די יאָרן גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און צענדליקער באַקאַנטע זינגער האָבן עס רעקאָרדירט. ספּעציעל איז כּדאַי צו הערן די נוסחאָות פֿון נחמה הענדל (אויבן) און טעאָדאָר ביקעל:

ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן דעם „בלוז‟־נוסח פֿון וואָלף קראַקאָווסקי, אין וועלכן דאָס טרויעריקע געוויין פֿונעם פֿאַרבונדענעם קעלבל געפֿינט אַ תּיקון אינעם ביטערן וואָרטש פֿון קראַקאָווסקיס עלעטראָנישער גיטאַר.

פֿון ייִדיש איז דאָס ליד געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אויף ענגליש אין די אָנהייב 1960ער יאָרן, ווען עס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אינעם רעפּערטואַר פֿון די זינגער, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אינעם אויפֿלעב פֿון דער אַמעריקאַנער און בריטישער פֿאָלק־מוזיק. אויף ענגליש האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד די זינגערין דזשאָן באַעז אין 1960. אָט איז איר פּרעכטיקער נוסח פֿונעם ליד:

אַ סך אַנדערע גאָר באַקאַנטע פֿאָלק־זינגער, אַרײַנגערעכנט באָב דילאַן, דאָנאָווין, מאַרי האָפּקין און פּיט סיגער, האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד. הערט זיך צו צום פּרעכטיקן נוסח פֿון דער וועלשישער זינגערין מאַרי האָפּקין:

דאָס ליד האָט מען שפּעטער געזונגען אין פֿאַרשידענע סטילן, בפֿרט „ראָק‟ און „קאָנטרי‟. צווישן אַזעלכע זינגער לאָמיר דערמאָנען דעם טשיקאַוון נוסח פֿון דער אַקטריסע פּאַטי דוק. אָט קען מען זען ווי זי האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד, באַגלייט מיט טענצער, וואָס פּאַסן אין גאַנצן ניט צו דעם ליד, אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע אין די 1960ער יאָרן.

אויף העברעיִש האָט פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד נחמה הענדל, וואָס האָט עס געזונגען אין איר אייגענער העברעיִשער איבערזעצונג אין ישׂראל און אויף ייִדיש אין די תּפֿוצות. אָט קען מען הערן איר נוסח פֿונעם ליד אויף העברעיִש, וואָס איז מוזיקאַליש געטרײַ איר ייִדישן נוסח:

אין דרום־קאָרעע איז „דאָנאַ דאָנאַ‟ געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער ווי אַ פּראָטעסט־ליד קעגן די מיליטערישע דיקטאַטורן (1972־1987) פֿון פּאַרק טשונג־הי און טשאָי קיו־האַ. דאָס ליד איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז די קאָרעיִשע רעגירונג האָט עס אָפֿיציעל פֿאַרווערט אין די 1980ער יאָרן. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, אַז דווקא פֿון דרום־קאָרעע איז געקומען איינע פֿון די סאַמע שיינסטע רעקאָרדירונגען פֿונעם ליד, וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש. די קאָרעיִשע אָפּערע־זינגערין סומי דזשאָ האָט דאָס ליד רעקאָרדירט אין 2008.

דאָס ליד איז אויך גאַנץ באַקאַנט אין יאַפּאַן, וווּ עס ווערט געלערנט אין די אָרטיקע שולן. אָט איז אַ טשיקאַווע ווערסיע פֿונעם ליד, וואָס אַ יאַפּאַנישע קאַפּעליע האָט געשפּילט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף יאַפּאַניש, צוזאַמען מיט אַ מונקאַטשער ניגון.

דאָס ליד איז אַזוי ברייט באַוווּסט אין יאַפּאַן, אַז עס ווערט אַפֿילו אַמאָל אַרײַנגעפֿלאָכטן אין די דאָרטיקע „אַנימע‟־פֿילמען. זעט ווי עס זינגען די ראָבאָטן דאָס ליד אינעם פֿאָלגנדיקן עפּיזאָד פֿון אַן אַנימאַציע־פֿילם:

דאָס ליד איז אויך גאַנץ פּאָפּולער אין כינע און וויעטנאַם, וווּ ס׳איז בפֿירוש באַקאַנט ווי אַ „קאַראַאָקע‟־ליד. אָט קען מען הערן אַ שיינעם נוסח אויף וויעטנאַמעזיש:

און אָט זינגט אַ קינדער־כאָר דאָס ליד אויף כינעזיש:

דער נוסח פֿון „דאָנאַ דאָנאַ‟, וואָס איז געוואָרן פּאָפּולער אין וויעטנאַם איז אַן איבערזעצונג פֿון אַ פֿראַנצויזישן נוסח, וואָס עס האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט דער באַקאַנטער פֿראַנצויזישער זינגער קלאַוד פֿראַנסואַ. דער פֿראַנצויזישער נוסח איז באמת ניט קיין איבערזעצונג, נאָר אַ ליד מיט דער זעלביקער מוזיק און רעפֿרען, אָבער אין גאַנצן אַנדערע ווערטער. אָט קען מען זען ווי קלאַוד פֿראַנסואַס האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן „דאָנע דאָנע‟ אויף דער פֿראַנצויזישער טעלעוויזיע אין 1964:


„אַ שידוך‟ אויסגעשפּילט פֿון קינדער

"An Engagement" Acted Out by Children

אַזוי ווי עס פֿירט זיך אין אַלע זומער־לאַגערן אויף דער וועלט האָבן די „קעמפּערס‟ אין די חסידישע זומער־קאָלאָניעס ליב פֿאָרצושטעלן סקיצעס, לידער און שפּילן.

לעצטנס האָט די פּובליקאַציע „אידישער ווינקל‟ פֿאַרשפּרייט אַ חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן די ייִנגלעך פֿון „כּתּה ו׳‟ (דעם זעקסטן קלאַס) פֿון „מחנה ׳רץ כּצבֿי׳‟ (אַ מונקאַטשער זומער־לאַגער) שפּילן אויס די סיפּור־המעשׂה פֿון ליפּא שמעלצערס פּאָפּולער ליד „אַ שידוך‟. מע האָט צוזאַמענגעשטעלט דעם ווידעאָ פֿון זייער שפּילן מיטן קלאַנג פֿון מיכאל שניצלערס נוסח פֿונעם ליד.


משה אוישער זינגט „כּל נדרי‟

Moishe Oysher Sings Kol Nidre

די גרויסע אָנהענגער פֿון חזנות דעבאַטירן שוין יאָרן, ווער פֿון די גרויסע חזנים פֿון אַמאָל האָט צום בעסטן געזונגען „כּל נדרי‟. דעם ענין קען מען אַרומרעדן אָן אַ סוף (מײַן אויסקלײַב: דווקא גרשון סיראָטע ).

אויב איר ווילט הערן אַן אויסערגעוויינטלעכן נוסח פֿון דער תּפֿילה אין אַ ייִדישן פֿילם, הערט זיך צו צו משה אוישער. אָט קען מען זען די לעצטע סצענע פֿונעם פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן‟ אין וועלכן דער חזן יואל דוד שטראַשונסקי (געשפּילט פֿון משה אוישער) קערט זיך אום אַ שטאַרק־קראַנקער אין זײַן שיל אין ווילנע, זינגט אויס „כּל נדרי‟, און פֿאַרגייט אין דער אייביקייט.

נו? קיינער טענהט ניט, אַז די אַמאָליקע ייִדישע פֿילמען זענען ניט געווען גענוג מעלאָדראַמאַטיש…


„ביילע‟: טריילער צום נײַעם פֿילם וועגן ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

"Beyle": Trailer for a New Documentary about Beyle Schaechter Gottesman

קריסטאַ וויטני, וואָס פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס ווייסט, אַז די טויזנטער שעהען פֿון פֿילמירטע אינטערוויוען וואָס דער פּראָיעקט האָט שוין געמאַכט זענען פּשוט צו פֿיל פֿאַר איין מענטש דורכצוקוקן. דערפֿאַר פֿאַרשפּרייט מען אויך קורצע אויסצוגן פֿון די אינטערוויוען און אַ מאָל דרוקט מען אָפּ לענגערע ציטאַטן פֿון זיי אינעם אָרגאַן פֿונעם צענטער — „פּאַקן־טרעגער.‟

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט קריסטאַ מיט אירע קאָלעגן געשאַפֿן עטלעכע קורצע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן קולטורעלע פּערזענלעכקייטן אין דער „ייִדיש־וועלט‟, ווי, למשל, אַ פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע אײַדע מאַזע, אַ פֿילם וועגן דעם פּאָעט אַלטער עסעלין, אַ פֿילם וועגן דעם מוזיקער פּיט סאָקאָלאָוו, אַ פֿילם וועגן דעם זינגער מרדכי־צבֿי ראָסל און אַ פֿילם וועגן דעם „סטאַר־טרעק‟־אַקטיאָר לענאַרד נימוי.

להיפּוך צו זייערע פֿריִערדיקע דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס דויערן אַן ערך 10־15 מינוט און ווערן פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, האָט דער צענטער לעצטנס געמאָלדן, אַז מע אַרבעט אויף אַ לענגערן פֿילם וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס מע וועט פֿאַרשפּרייטן אויף די־ווי־די. דער פֿילם נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט איר זון איציק גאָטעסמאַן, איר אייניקל אסתּר גאָטעסמאַן, אַ ריי זינגער, וועמען זי האָט באַאײַנפֿלוסט און מיט דער פּאָעטעסע אַליין.

מע קען שוין זען דעם „טריילער‟ פֿאַרן פֿילם אויבן.


„שנירעלע פּערעלע‟ געזונגען דורך די „קלעזמאַטיקס‟ און דזשאָשואַ נעלסאָן

"Shnirele Perele" Sung by the Klezmatics and Joshua Nelson

דאָס פֿאָלקסליד „שנירעלע פּערעלע‟ שטאַמט טאַקע פֿונעם פֿאָלק, דאָס הייסט, להיפּוך צו אַ סך ייִדישע „פֿאָלקסלידער‟, ווייסט מען ניט ווער האָט עס לכתּחילה אָנגעשריבן.

„שנירעלע פּערעלע‟ איז אַ ביסל ענלעך צום „גאָט פֿון אַבֿרהם‟, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן בערדיטשעווער רבי (כאָטש דאָס ליד איז זיכער עלטער פֿון אים, קען זײַן אַז ער האָט עס געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן). ווי עס זאָל ניט זײַן, ווייסט מען יאָ, אַז באַקאַנט געמאַכט האָט „שנירעלע פּערעלע‟ ניט קיין רבי צי פֿרומע קאַפּעליע, נאָר דווקא אַ סעקולערע — די „קלעזמאַטיקס‟. איר נוסח פֿונעם ליד איז ניט בלויז איינע פֿון אירע באַקאַנטסטע לידער, נאָר איינע פֿון די סאַמע־פֿאַרשפּרייטסטע קלעזמער־רעקאָרדירונגען פֿון די לעצטע 30 יאָר צווישן דעם ברייטערן עולם ליבהאָבער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „וועלט־מוזיק.‟

אויבן קען מען זען ווי די „קלעזמאַטיקס‟ שטעלן פֿאָר דאָס ליד בעת אַ קאָנצערט. צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע זינגט (אויף אַרמיש!) דער באַרימטער ייִדישער גאָספּעל־זינגער דזשאָשואַ נעלסאָן.


ווידעאָ: „ייִדיש־אײַדאָל‟־געווינער מרדכי־צבֿי ראָסל זינגט „קינדער־יאָרן‟

Yiddish Idol Winner Anthony Russel Sings "Childhood Years."

שוין צום צווייטן מאָל האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם „ייִדישן־אײַדאָל‟ אין מעקסיקע באַצאָלט, אַז אויסלענדישע געסט זאָלן קענען קומען אויפֿן קאָנקורס, וואָס איז דער גרעסטער ספּעקטאַקל פֿון ייִדישע לידער אויף דער וועלט.

הײַיאָר האָבן צוויי אַמעריקאַנער זינגער געוווּנען אין ביידע קאַטעגאָריעס. מרדכי־צבֿי ראָסל האָט געוווּנען אין דער קאַטעגאָריע פֿון שוין־עקזיסטירנדיקע לידער פֿאַר זײַן נוסח פֿון מרדכי געבירטיגס נאָסטאַלגיש ליד „קינדער־יאָרן‟.

אַן אויסגעשולטער אָפּערע־זינגער, איז ראָסל געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אינעם ייִדישן געזאַנג נאָך דעם וואָס ער האָט געהערט סידאָר בעלאַרסקיס נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווקסיס „דעם מילנערס טרערן‟ אינעם פֿילם A Serious Man. ער אַרבעט איצט אויף אַן אַלבאָם, וואָס בינדט צונויף די ייִדישע און אַפֿראָ־אַרמעריקאַנער מוזיקאַלישע טראַדיציעס.

די גאַנצע פּראָגראַם פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟ קען מען זען דאָ:

.


ווידעאָ: „ייִדיש־אײַדאָל‟־געווינער לאה רייס־דעניס זינגט „אוי מײַן משהלע‟

Yiddish Idol Winner Leah Reis-Dennis Performs "Oh My Moyshele"

אין דער קאַטעגאָריע „אָריגינעלע ייִדישע לידער‟ בײַם „ייִדישן אײַדאָל‟ האָט די אַמעריקאַנער זינגערין לאה רייס־דעניס געוווּנען אויפֿן ערשטן אָרט פֿאַר איר ליד „אוי מײַן משהלע‟. דאָס ליד האָט זי אָנגעשריבן מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען זי איז געווען אַ סטודענטקע בײַם „שטיינער זומער־פּראָגראַם‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.

די גאַנצע פּראָגראַם פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟ קען מען זען דאָ:


עטל ריים זינגט „מײַן רוע־פּלאַץ‟

Ethel Raim Sings "My Resting Place"

דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האַלט אין דיגיטאַליזירן אַלטע פֿילמען פֿון זײַנע קאָנצערטן און זיי אַרויפֿשטעלן אויף „יו־טוב‟. אין 2016, האָבן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1978 אין ניו־יאָרק. אחוץ טאַראַס אַליין זענען אויפֿן קאָנצערט אויפֿגעטראָטן אַ ריי ייִדישע זינגער, אַרײַנגערעכנט עטל ריים. ריים איז ניט בלויז איינע פֿון די בעסטע זינגערינס פֿון ייִדישע באַלאַדעס, נאָר אויך אַ וויכטיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין, וואָס אַרבעט מיט באַלקאַנישער, אַמעריקאַנער און ייִדישער מוזיק.

אינעם דאָזיקן פֿילם זינגט ריים צוויי לידער, דאָס אַלטע פֿאָלקסליד „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ און מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד פֿאַר די ניו־יאָרקער אַרבעטער — „מײַן רוע פּלאַץ‟. ריימס טראַדיציאָנעלער סטיל און פּרעציז קול גיבן צו צו די באַקאַנטע לידער אַ נײַעם טעם, וואָס איז סײַ פֿאָלקסטימלעך, סײַ אויסגעשולט. ביידע לידער בלײַבן אַ טייל פֿון איר רעפּערטואַר עד־היום.


פֿון „חורבן טיטאַניק‟ ביז „חורבן קאַטרינאַ‟

From the Titanic to Hurricane Katrina

[כּדי אָפּצומערקן דאָס 12 יאָר נאָכן „הוראַגאַן קאַטרינאַ‟, ווי אויך אָפּגעבן כּבֿוד די געליטענע אין טעקסאַס פֿונעם איצטיקן שרעקלעכן הוראַגאַן האַרווי, דרוקן מיר ווידער אָפּ אַן אַרטיקל, וואָס דזשאָרדין קוציק האָט געשריבן אין 2015 פֿאַרן בלאָג „ווײַטער‟ אין שײַכות מיט דניאל קאַהנס קלאָגליד וועגן „קאַטרינאַ‟].

די ייִדישע פֿאָלקסמוזיק איז אַ לעבעדיקע טראַדיציע אָבער זי באַהאַנדלט גיכער די טעמעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט איידער די הײַנטיקע געשעענישן. דאָס זעט מען, בפֿירוש, בײַם בלעטערן די ייִדישע אַלבאָמען פֿון די לעצטע 20 יאָר, אין וועלכע ס׳רובֿ נײַ־געשריבענע לידער אויף ייִדיש באַניצן אַלטע פֿאָלקס־מאָטיוון ווי דאָס לעבן אין שטעטל, כעלעם, חדר־ייִנגלעך און אַזוי ווײַטער. עס זענען אַוודאַי פֿאַראַן וויכטיקע אויסנאַמען אַזוי ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟, מרים חיה־סגלס „די באַהאַלטענע ליבע‟ (וועגן האָמאָסעקסועלער ליבע) און מײַקל וועקס׳ ליד פֿאַר די „קלעזמאַטיקס‟ וועגן מאַריכואַנע „מזמור שיר להניף‟. זיי זענען אָבער זעלטענע אויסנאַמען.

דער פֿאַקט, אַז עס וועט באַלד ווערן צען יאָר זינט דעם שרעקלעכן „הוראַגאַן קאַטרינאַ‟, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט גרויסע טיילן פֿון לויִזיאַנע און מיסיסיפּי, אומברענגענדיק דערבײַ כּמעט 2,000 מענטשן, האָט מיך דערמאָנט אין נאָך אַ ייִדיש ליד, וואָס דערציילט פֿון יענער גרויליקער טראַגעדיע. דאָס ליד „חורבן־קאַטרינאַ‟ פֿון דניאל קאַהן איז פֿאַקטיש ניט קיין אָריגינעל ליד, נאָר אַ גילגול פֿון אַן אַלט ליד וועגן דעם „טיטאַניק‟, וואָס איז שפּעטער געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט.

אינעם אָריגינעלן נוסח, וואָס איר קענט הערן אונטן, זינגט מען:

„צי האָט איר, ליבע מענטשן, געהערט
וואָס אויפֿן ים האָט זיך פֿאַרלאָפֿן?
אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט,
און פֿילע מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן.

צי האָט איר, ליבע מענטשן, געזען די „קאַרטינע‟*
ווי גרויס עס איז געווען גאָטס צאָרן,
ווען פֿילע וואַסער איז אַרײַן אין די מאַשינעס,
און די עלעקטריע איז פֿאַרלאָשן געוואָרן.

* בילד

שפּעטער האָט מען, אַ פּנים, אין מיזרח־אייראָפּע, ארײַנגעוועבט די פֿאָלגנדיקע שורות:

חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט
זיי האָבן געשריגן: ליבער גאָט, וואָס טוסטו אונדז צעשיידן,
אָבער גאָט האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט

קאַהנס נײַער נוסח, וועבט צונויף די אָריגענעלע מוזיק, וואָס איז אַ געמיש פֿון אַ באַלאַדע און אַ מין טרויער־ליד בײַ אַ גוייִשער לוויה (בלע׳׳ז אַ dirge) צוזאַמען מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס, וואָס ווערט געשפּילט אויף די דאָרטיקע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לוויות. אין קאַהנס „אַקטואַליזירונג‟ פֿונעם ליד ווערט די שיף פֿאַרוואַנדלט אין דער שטאָט ניו־אָרלינס, די מאַשינען אויף דער שיף אין דעם „בורבאָן‟־קוואַרטאַל, און גאָט — אינעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, וועמענס אומגעלומפּערטע האַנדלונג אין די טעג נאָכן שטורעם האָט די טראַגעדיע געמאַכט נאָך ערגער.

איר האָט געוויס, ליבע מענטשן, געהערט
וואָס אין ניו־אָרלינס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן
אַן אַמעריקאַנער שטאָט האָט זיך איבערגעקערט
און פֿילע מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן

אוי, שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע מענטשן, דעם חורבן
ווי גרויס איז געווען גאָטס צאָל,
ווען פֿיל וואַסער איז אַרײַן אין די „בורבאָן‟
און אין די גאַסן איז אַלץ פֿאַרלאָשן געוואָרן

אוי, חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט
זיי האָבן געשריגן: ליבער גאָט וואָס טוסטו אונדז צעשיידן,
אָבער דער פּרעזידענט האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט

און אָט, דערקלערט דניאל קאַהן וועגן דעם בראשית פֿונעם ליד „חורבן קאַטרינאַ‟ בעת אַן אינטימען קאָנצערט.


פֿײַוויש פֿינקעל דערציילט דעם זיידנס בעסטן וויץ

Fyvush Finkel Tells His Grandfather's Best Joke

מיט אַ יאָר צוריק איז ניפֿטר געוואָרן דער גרויסער ייִדישער אַקטיאָר און קאָמיקער פֿײַוויש פֿינקעל ז״ל.

אַזוי ווי אַ סך וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדיש־וועלט, וואָס האָבן נאָך געלעבט אין די לעצטע 7 יאָר, האָט ער געמאַכט אַן אינטערוויו מיטן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אינעם אינטערוויו — סײַ אויף ייִדיש — סײַ אויף ענגליש — רעדט פֿינקעל וועגן זײַן לאַנגער קאַריערע אויף דער ייִדישער בינע, די גרויסע שטערן און באַרימטע פּערזענלעכקייטן, מיט וועמען ער האָט מיטגעאַרבעט; וועגן זײַנע מיינונגען לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש בכלל און פֿונעם ייִדישן טעאַטער בפֿרט. דעם גאַנצן אינטערוויו קען מען זען דאָ.

אינעם חנעוודיקן אויסצוג פֿונעם אינטערוויו (אויבן), דערמאָנט פֿײַוויש זײַן זיידע, וואָס האָט אים אויסגעלערנט צו לייענען און שרײַבן ייִדיש און פֿון וועמען ער האָט באַקומען זײַן באַרימטן חוש פֿאַר הומאָר.


וווּדי גאָטריס „דאָס לאַנד איז דײַנע‟ געזונגען פֿון עלענאָר ריסאַ

"This Land is Your Land" Performed by Eleanor Reissa in Yiddish

די זינגערין און אַקטריסע עלענאָר ריסאַ איז הײַיאָר שטאַרק פֿאַרנומען. זי האָט רעזשיסירט די „ניו־ייִדיש־רעפּס‟ פֿאָרשטעלונג פֿון „גאָט פֿון נקמה‟, שפּילנדיק דערצו איינע פֿון די הויפּט־ראָלעס און איז דערנאָך אויפֿגעטראָטן אין פּאַולאַ פֿאָגעלס שטאַרק געלויבטער פּיעסע „אויסגעלאַסן‟. איצט טרעט זי אויף אין אַ ריי קאָנצערטן מיטן טרומייט־שפּילער פֿרענק לאָנדאָן און זײַן קאַפּעליע כּדי אונטערצושטיצן איר נײַעם אַלבאָם מיט אים — „ווילדע חיות‟.

צווישן די לידער וואָס פֿיגורירן אינעם נײַעם אַלבאָם איז איר אַדאַפּטאַציע פֿון וווּדי גאָטריס לינק־געשטימטן פּאַטריאָטישן ליד „דאָס לאַנד איז דײַנע‟. דעם ווידעאָ האָט מען רעקאָרדירט בעת אַ קאָנצערט אין יולי בײַם נאַכטלאָקאַל Below 54 אין ניו־יאָרק.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.