Oyneg Shabes

ווידעאָ: „בריוועלע‟ געזונגען פֿון מאָטי אילאָוויטש

WATCH: "Letter" Sung by Motty Illowitz

  • Print
  • Share Share

איך האָב שוין עטלעכע מאָל געשריבן אין „עונג־שבת‟ וועגן די רײַכקייט פֿון מאָטי אילאָוויטשעס לידער. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן אים קען מען לייענען אין די פֿריִערדיקע אַרטיקלעך וועגן זײַנע לידער „דרײַ יאָר און „בערל‟.

לעצטנס האָט אילאָוויטש אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט זײַן ליד „בריוועלע‟ צוזאַמען מיטן „ידידים‟־כאָר. דאָס אַלעגאָרישע ליד דערציילט פֿון אַן אוראַלטן מלך, וואָס טרויערט אויף דער פּטירה פֿון זײַן בריוושרײַבער, וואָס צו זײַנע כּתבֿים קען קיינער זיך ניט פֿאַרגלײַכן. דאָס ליד איז, בעצם, ניט בלויז אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן טרויער בײַם פֿאַרלירן אַ קרובֿ צי פֿרײַנד, נאָר אפֿשר אויך אַ מין הספּד אויפֿן דור פֿון זײַן באָבע־זיידע, די חסידים פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס זענען געקומען פֿון אַ סבֿיבֿה, וואָס וויליאַמבסורג אָדער מאָנסי וועט קיינמאָל ניט קענען אין גאַנצן פֿאַרטרעטן.