Oyneg Shabes

ווידעאָ: קאָנצערט פֿונעם באָסטאָנער כאָר, „אַ בעסערע וועלט‟

WATCH: Concert by the Boston Chorus, "A Besere Velt"

  • Print
  • Share Share

ABV NY 18 full from Peter Rhodes on Vimeo.

דער באָסטאָנער ייִדיש־שפּראַכיקער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ איז לעצטנס אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט אין ניו־יאָרק ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק‟.

להיפּוך צום „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟, וואָס איז שוין לאַנגע יאָרן ניט פּאָליטיש געשטימט, בלײַבט דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟, וואָס איז אַפֿיליִיִרט מיטן אָרטיקן „אַרבעטער־רינג‟, געטרײַ אירע פּראָגרעסיווע וואָרצלען.

קיין חידוש איז עס דערפֿאַר ניט, וואָס אַ סך פֿון די לידער וואָס דער כאָר האָט פֿאָרגעשטעלט אויף זײַן קאָנצערט Sing Out, Fight Back („זינגט אויס און קעמפֿט‟) זענען פֿאַרבונדן מיטן ווידערשטאַנד בשעת חורבן, אַרבעטער־רעכט און דעם ייִדישן אַרבעטער־בונד. מע הערט, למשל, באַקאַנטע לידער פֿון מרדכי געבירטיג, דוד איידלשטאַדט, אַבֿרהם רייזען, הירש גליק און שמערקע קאַטשערגינסקי.

אין אַ מער מאָדערנעם גײַסט האָט מען אויך געזונגען יורי וועדעניאַפּינס איבערזעצונג פֿון לויִס לאַקס קאַטאַלאַניש ליד „דער יאָך‟ און אַ ייִדישן נוסח פֿון פּיטער, פּאָול און מעריס פּאָפּולער חנוכּה־ליד „צינדט אָן אַ ליכטל.‟

דער כאָר ווערט דיריגירט דורך דעריק דייוויד.