Oyneg Shabes

ווידעאָ: וואָס וועט אַ ייִד ניט טאָן צופֿרידנצושטעלן זײַן ווײַב?

WATCH: What A Guy Would Do To Please His Wife!

  • Print
  • Share Share

לעצטנס האָט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער באַזוכט ישׂראל, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט צוויי מענטשן וואָס ער קען שוין לאַנגע יאָרן — אלי שאַרפֿשטיין, וואָס האָט ווי אַ קינד אין ווילנע קאָמפּאָנירט מוזיק צו אַ ליד געשריבן פֿון ד׳׳ר קערלערס טאַטן, יוסף קערלער און שאַרפֿשטיינס טאַטן, הירשל.

הירשל, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן לעבן ווילנע און געקעמפֿט אין דער סאָוועטישער אַרמיי, האָט פֿאַר זײַן גאַסט רעציטירט שלום־עליכמס מאָנאָלאָג „גימנאַזיע‟, אין וועלכן אַ ייִד, פֿאָלגנדיק זײַן פֿרוי, טוט אַלץ מעגלעך איבערצוצײַגן די גימנאַזיע־פֿירער צו דערלויבן זײַן זון זיך דאָרט צו לערנען.

אלי שאַרפֿשטיין פֿירט אָן מיט אַ „יוטוב‟־קאַנאַל פֿון ווידעאָס, וווּ זײַן טאַטע דערציילט וועגן זײַנע קינדעריאָרן, זײַן דערציִונג אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקער שול און זײַנע מלחמה־איבערלעבונגען.

אַן אָפּקלײַב פֿון די ווידעאָס קען מען זען דאָ:


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.