Oyneg Shabes

ווידעאָ: זעלטענער פֿילם פֿון די שוועסטער בערי אין קאָנצערט

WATCH: Rare Footage of The Barry Sisters in Concert

  • Print
  • Share Share

די שוועסטער בערי — מערנאַ (1923־1976) און קלער (1920־2014) — זענען מסתּמא געווען די פּאָפּולערסטע זינגער פֿון ייִדישע לידער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די שוועסטער, וואָס האָבן פֿון דער היים געהייסן מיני און קלאַראַ בייגלמאַן, זענען פּאָפּולער געוואָרן אַ דאַנק זייער אַרבעט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ייִדישע מעלאָדיעס אין ׳סווינג׳‟ פֿון 1937 ביז די 1950ער יאָרן, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ דזשעז־סטיל, ווי אויך פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש.

כאָטש די שוועסטער בערי זענען הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק זייערע עלף אַלבאָמען, זענען זיי אין יענע יאָרן געווען באַרימט פֿאַר זייערע קאָנצערטן — זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט ווי פֿאַרווײַלערינס מיט זייער עלעגאַנטן סטיל און ריזיקע אָרקעסטערס. אָט קענט איר זען אַ זעלטענעם פֿילם פֿון אַ קאָנצערט זייערן אין דײַטשלאַנד, אין וועלכן זיי זינגען דאָס פּאָפּולערע ליד „נו, זאָג מיר שוין ווען‟, אָנגעשריבן פֿון אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי אין 1935 צו זײַן אָפּערעטע „וואָס מיידלעך טוען‟ מיט מאַלי פּיקאָן. דער ווידעאָ ווערט באַגלייט פֿון אונטערקעפּלעך אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, כאָטש די ווערטער זענען ניט אין גאַנצן ריכטיק אָנגעשריבן.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.