Oyneg Shabes

ווידעאָ: צוויי ייִדישע חנוכּה־לידער באַגלייט מיט פּרעכטיקע האַרמאָניעס

WATCH: Two Yiddish Hanukkah Songs in 4-Part Harmony

  • Print
  • Share Share

דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟, דער עלטסטער ייִדיש־שפּראַכיקער כאָר אויף דער וועלט, האָט אין אָקטאָבער געהאַלטן אַ קאָנצערט אין מאַנהעטן, אין וועלכן ער האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ריי חנוכּה־לידער.

לכּבֿוד חנוכּה האָט דער דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער, באַשלאָסן אַרויפֿצושטעלן ווידעאָס דערפֿון אויף „יוטוב‟ מיט אַ ספּעציעלן טעכנאָלאָגישן קנייטש: אַז מע קוועטש אויף CC אונטערן ווידעאָ, קען מען זען דעם טעקסט פֿונעם ליד, אָדער מיט לאַטײַנישע אותיות און דער ענגלישער איבערזעצונג אָדער מיט ייִדישע אותיות. די דרײַ ווידעאָס, צוגעגרייט פֿון שמואל זערין און אײַזיק בלימאַן, זענען דערפֿאַר אַ געראָטענער פּעדאַגאָגישער מכשיר פֿאַר די, וואָס ווילן פֿאַרבעסערן זייער פֿאַרשטאַנד פֿון מאַמע־לשון.

אינעם ערשטן ווידעאָ אויבן, זעט מען ווי דער כאָר שטעלט פֿאָר מיכל געלבאַרטס „איך בין אַ קליינער דריידל‟ אינעם (מסתּמא) אָריגינעלן ייִדיש. כּדאַי איז צו באַמערקן, אַז להיפּוך צום ענגלישן נוסח, אין וועלכן דער דריידל איז געמאַכט פֿון לײם (clay), כּדי עס זאָל זיך גראַמען מיטן ענגלישן play (שפּיל), לייגט זיך דער ייִדישער נוסח מער אויפֿן שׂכל, ווײַל דער דריידל איז געמאַכט פֿון בלײַ.

הײַנט שפּילט מען אַוודאי מער ניט מיט קיין בלײַענע דריידלעך אָבער ניט דעם בין איך אויסן. עס דאַרף זײַן אַ בלײַענער, ווײַל די ווערטער „האָלץ‟ און „פּלאַסטיק‟ גראַמען זיך דאָך ניט מיט „דרײַ‟ ווי מע זינגט: „איינס, צוויי, דרײַ‟.

„חנוכּה, אוי, חנוכּה‟ האָט מרדכי ריוועסמאַן אָנגעשריבן אין 1911. ריוועסמאַן איז געווען אַ שרײַבער און דיכטער אויף ייִדיש און העברעיִש, נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער „פּעטערבורגער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק‟. אינעם ווידעאָ הערט מען ווי דער כאָר רעדט אַרויס די ווערטער ווי ריוועסמאַן, אַ ליטוואַק, האָט זיי אָנגעשריבן — „אַזוינער‟ גראַמט זיך מיט „שיינער‟.

די באַקאַנטע איבערזעצונג אויף העברעיִש, איז, דרך־אגבֿ, אַ היפּש ביסל עלטער פֿונעם אַמעריקאַנער נוסח, וואָס מע הערט אויף שריט און טריט אין די ניו־יאָרקער אײַנקויף־צענטערס. איין טשיקאַווער פּרט וועגן דעם העברעיִשן נוסח: דאָס וואָרט „סופֿגניות‟ מיינט אין דעם פֿאַל דווקא לאַטקעס און ניט פּאָנטשקעס. צו יענער צײַט האָט מען גענוצט דאָס וואָרט אויף ביידע. דאָס וואָרט לבֿיבֿה האָט מען בלויז שפּעטער אַדאָפּטירט ווי אַן איבערזעצונג פֿונעם ייִדישן וואָרט „לאַטקע.‟

„’ברוך־אַתּה’ זינגט דער טאַטע‟ האָט מחבר געווען אַבֿרהם רייזען אין די אָנהייב 1920ער יאָרן. דאָס פּרעכטיק שיינע ליד איז, ווי מאָריס ראָזענפֿעלדס „אוי, איר קליינע ליכטעלעך‟, דווקא טרויעריק און מער פֿילאָסאָפֿיש.