Oyneg Shabes

חוה אַלבערשטיין זינגט „זאָל זײַן‟ פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָוו

Chava Alberstein Sings Joseph Papiernikov's "Zol Zayn"

  • Print
  • Share Share

לכּבֿוד דעם פֿאַקט, וואָס חוה אַלבערשטיין וועט באַלד באַקומען אַ פּריז פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ פֿאַר איר לעבנסאַרבעט לטבֿות דער ייִדישער שפּראַך שטעלן מיר ווידער אַרויף דעם דאָזיקן פּאָסט פֿון פֿאַראַיאָרן.

להיפּוך צו ס׳רובֿ ישׂראלדיקע זינגערס וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים אָבער זענען געוואָרן באַרימט אויף העברעיִש, בלײַבט חוה אַלבערשטיין געטרײַ אירע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.

אַ געבוירענע אין שטשעטשין, פּוילן, אין 1947, האָט זי מיט איר משפּחה זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1950, וווּ זי איז צו 16 יאָר געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין. הײַנט בלײַבט זי, 80 אַלבאָמען שפּעטער, איינע פֿון די באַליבטסטע זינגערינס אין ישׂראל און דער גרעסטער שטערן צווישן די הײַנטצײַטיקע ישׂראלדיקע זינגערס מחוץ דער חסידישער וועלט, וואָס טרעטן אויף רעגולער מיט ייִדישע לידער.

אַחוץ דעם וואָס אַלבערשטיין זינגט ייִדישע לידער, קאָמפּאָנירט זי אויך מוזיק צו באַגלייטן די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטן. צווישן אירע באַליבטע ייִדישע פּאָעטן געפֿינט מען אַ ריי ישׂראלדיקע, אַרײַנגערעכנט בינעם העלער, ישׂראל פּאַפּיערניקאָוו, אַבֿרהם סוצקעווער און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מיט וועמען זי האָט זיך געחבֿרט אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. פֿון איר באַקאַנטשאַפֿט מיט זיי האָט זי געהאָלפֿן שאַפֿן דעם דאָקומענטאַר „צו פֿרי צו זײַן שטיל, צו שפּעט צו זינגען‟ (1995), וואָס גיט איבער אַ פּרעכטיקע באַשרײַבונג פֿון די לעצטע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן.

יוסף פּאַפּיערניקאָוו, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1897 און געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1993, איז געווען צווישן די אַקטיווסטע פּאָעטן אין דער ייִדישער מדינה. במשך פֿון 52 יאָר (1935־1987) האָט ער אַרויסגעלאָזט אין תּל־אָבֿיבֿ 24 בענד פּאָעזיע. זײַן סאַמע פּאָפּולערסטע ליד „זאָל זײַן‟ האָט ער אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן, ווען ער האָט נאָך געלעבט אין פּוילן, וווּ עס איז אין גיכן געוואָרן אַ שלאַגער סײַ דאָרטן, סײַ אין אַמעריקע און ישׂראל. חוה אַלבערשטיינס נוסח פֿונעם ליד האָט עס ווידער פּאָפּולאַריזירט אין ישׂראל אין די 1980ער יאָרן.