Oyneg Shabes

אַ גאָר אַנדערע זײַט פֿון אַל דזשאָלסאָן

You've Never Heard Al Jolson Like This

  • Print
  • Share Share

אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז דער ייִדישער וואָדעוויל־זינגער און אַקטיאָר אַל דזשאָלסאָן געווען דער סאַמע פּאָפּולערסטער פֿאַרווײַלער אין אַמעריקע.

ניט געקוקט אויפֿן רעלאַטיוו פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם צו יענער צײַט האָט דזשאָלסאָן קיינמאָל ניט באַהאַלטן זײַנע ייִדישע וואָרצלען. פֿאַרקערט, זײַן ייִדישקייט איז אָפֿט געווען אַ טייל פֿון זײַן רוטין, אַזוי ווי אינעם סאַמע ערשטן פֿולן פֿילם מיט קלאַנג, „דער דזשעז־זינגער‟, וואָס האָט געשילדערט אַ ייִדישן אימיגראַנט, געשפּילט דורך דזשאָלסאָן, וועלכער אַסימילירט זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אינעם זעלביקן פֿילם טרעט אויף, דרך־אַגבֿ, דער גרויסער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט.

אַל דזשאָלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין מײַ 1886 אין סרעדניק, אַ קליין שטעטל ניט ווײַט פֿון קאָוונע. פֿון דער היים האָט ער געהייסן אַסאַ יואלסאָן. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1894, וווּ זײַן פֿאָטער האָט געפֿונען אַ פּאָסטן ווי אַ חזן און רבֿ אין וואַשינגטאָן. באַקאַנט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַנע דזשעז־לידער אויף ענגליש, האָט דזשאָלסאָן אָפֿט אַרײַנגעוועבט ייִדישע און העברעיִשע לידער אין זײַנע קאָנצערטן און אַפֿילו אין זײַנע לעבעדיקע אויפֿטרעטן אויפֿן ראַדיאָ.

צווישן זײַנע באַליבטסטע לידער אויף ייִדיש איז געווען דאָס פֿאָלקסליד „אַ חזנדל אויף שבת‟, וואָס ער האָט סײַ רעקאָרדירט פֿאַר פּלאַטעס, סײַ געזונגען אויפֿן ראַדיאָ. דאָס ליד ווײַזט בולט אָן, אַז ווען ער וואָלט געבליבן אַ פֿרומער ייִד אין אייראָפּע וואָלט ער מסתּמא געוואָרן אַ באַקאַנטער חזן. דער גורל האָט אים אָבער דערפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג, און אַ דאַנק דעם האָט די אַמעריקאַנער מוזיק זיך ממשותדיק געביטן. דזשאָלסאָן האָט די מוזיקאַלישע השפּעות פֿון זײַן פֿאָטערס חזנות אַרײַנגעבראַכט אין דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער מוזיק, און די דאָזיקע ווירקונגען הערט מען נאָך אַלץ אין דזשעז.