Oyneg Shabes

„שנירעלע פּערעלע‟ געזונגען דורך די „קלעזמאַטיקס‟ און דזשאָשואַ נעלסאָן

"Shnirele Perele" Sung by the Klezmatics and Joshua Nelson

  • Print
  • Share Share

דאָס פֿאָלקסליד „שנירעלע פּערעלע‟ שטאַמט טאַקע פֿונעם פֿאָלק; מע ווייסט ניט ווער האָט עס לכתּחילה אָנגעשריבן.

„שנירעלע פּערעלע‟ איז אַ ביסל ענלעך צום „גאָט פֿון אַבֿרהם‟, וואָס מע זאָגט אַז ס׳איז פֿאַרבונדן מיטן בערדיטשעווער רבין. (כאָטש דאָס ליד איז זיכער עלטער פֿונעם רבין, קען זײַן אַז ער האָט עס געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן). ווי עס זאָל ניט זײַן, ווייסט מען יאָ, אַז באַקאַנט געמאַכט האָט „שנירעלע פּערעלע‟ ניט קיין רבי צי פֿרומע קאַפּעליע, נאָר דווקא אַ סעקולערע — די „קלעזמאַטיקס‟. איר נוסח איז ניט בלויז איינס פֿון אירע באַקאַנטסטע לידער, נאָר איינע פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע קלעזמער־רעקאָרדירונגען פֿון די לעצטע 30 יאָר צווישן דעם ברייטן עולם ליבהאָבער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „וועלטמוזיק.‟

אויבן קען מען זען ווי די „קלעזמאַטיקס‟ שטעלן פֿאָר דאָס ליד בעת אַ קאָנצערט. צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע זינגט (אויף אַרמיש!) דער באַרימטער ייִדישער גאָספּעל־זינגער דזשאָשואַ נעלסאָן.