Oyneg Shabes

לכּבֿוד זײַן געבוירן־טאָג הערט לענאַרד כּהנס „הללויה‟ אויף ייִדיש

It's Leonard Cohen's Birthday; Hear His "Hallelujah" In Yiddish

  • Print
  • Share Share

די וואָך פֿאַלט אויס דער געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן זינגער און פּאָעט, לענאַרד כּהן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן דעם 21סטן סעפּטעמבער מיט 84 יאָר צוריק אין מאָנטרעאָל.

אין אויגוסט 2016 איז דניאל קאַהן צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַן עולם מיט זײַן אויסערגעוויינטלעכער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟. זײַן אויפֿטריט איז פֿאָרגעקומען אויף אַ מסיבה לכּבֿוד דעם זשורנאַל „אין געוועב‟ אין ניו־יאָרק.

איך און שׂרה־רחל שעכטער, וואָס זענען געווען דערבײַ, האָבן גלײַך געכאַפּט, אַז די דאָזיקע „הללויה‟ איז עפּעס וואָס וועט שטאַרק אויסנעמען בײַם ברייטן עולם און דערפֿאַר האָבן מיר פֿאַרבעטן דניאלן אַרײַנצוקומען צו אונדז אין סטודיאָ, כּדי צו רעקאָרדירן דאָס ליד. קאַהן האָט מסכּים געווען און מיט אַ חודש שפּעטער, אין סוף־סעפּטעמבער, רעקאָרדירט פֿאַר אונדז צוויי ווערסיעס פֿונעם ליד. אונדזער פֿילם־טעכניקער נחום קויפֿמאַן האָט וואָכן לאַנג געהאָרעוועט צו שאַפֿן אַ קלאַנג פֿון דער העכסטער קוואַליטעט, און צו פֿאַרזיכערן אַז דער ווידעאָ זאָל אויסזען וווּנדערלעך.

ווען דער פֿילם איז געווען גרייט אין אָנהייב נאָוועמבער האָבן מיר באַשלאָסן אים אַרויסצולאָזן דעם טאָג נאָך די אַמעריקאַנער פּרעזידענטישע וואַלן, ווײַל ס׳איז געווען קלאָר, אַז קיינער וואָלט עס ניט באַמערקט אין די שטורעמישע טעג פֿאַר די וואַלן.

מיטוואָך, דעם 9טן נאָוועמבער, דער טאָג נאָך טראָמפּס אומדערוואַרטן נצחון, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ סוף־כּל־סוף פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ווידעאָ. ס׳איז גלײַך געוואָרן אַ שלאַגער, צום טייל ווײַל אַ סך מענטשן וואָס זענען געווען שטאַרק אַנטוישט אין די וואַל־רעזולטאַטן האָבן אין אים געפֿונען אַ טרייסט. מיר האָבן, אָבער, צו יענער צײַט ניט געהאַט קיין אַנונג, אַז מיט צוויי טעג פֿריִער איז לענאַרד כּהן ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 82 יאָר. ווען זײַן זון האָט דעם 10טן נאָוועמבער געלאָזט וויסן דער וועלט, אַז כּהן איז אַוועק, האָט מען גלײַך אָפּגעטײַטשט דניאל קאַהנס פֿאָרשטעלונג ווי עפּעס וואָס מע האָט געשאַפֿן דווקא לזכר כּהנען, און דער ווידעאָ איז געוואָרן ווילד פּאָפּולער — במשך פֿון פֿינף טעג האָבן אים געזען מער ווי 150,000 מענטשן.

אין די כּמעט צוויי יאָר זינט מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿילם האָט מען אים געקוקט מער ווי 953,892 מאָל. דערצו האָט מען געקוקט „הללויה‟ במשך פֿון מער ווי 2.5 מיליאָן מינוט, דאָס הייסט, דער עקוויוואַלענט פֿון פֿיר יאָר.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.