Oyneg Shabes

ווידעאָ: די אָנגעזעענע שרײַבערין יענטע מאַש ז״ל לײענט פֿאָר איר מעשׂה, „שלום־עליכם זאָל לעבן‟

WATCH: Acclaimed Writer Yente Mash Reads Her Story, "Long Live Sholem Aleichem"

  • Print
  • Share Share

יענטע מאַש (1922־2013) איז געווען אַן אוניקאַל קול אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַ געבוירענע אינעם בעסאַראַבער שטעטל זגוריצע, האָט זי פֿאַר 1941 פֿאַרענדיקט אַ העברעיִשע פֿאָלקסשול און אַ רומענישע גימנאַזיע. גלײַך פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן די קאָמוניסטן פֿאַרשיקט איר משפּחה קיין סיביר, וווּ אירע עלטערן זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער. מאַש האָט זיך באַזעצט אין קעשענעוו אין 1948, וווּ זי האָט געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין. קיין דערציילונגען האָט זי ניט אָנגעשריבן ביז נאָך דעם וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1977, ווײַל זי האָט ניט געוואָלט, אַז אירע ווערק זאָלן דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די דיקטאַטן פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע.

שוין צו 68 יאָר האָט זי אין 1990 אַרויסגעלאָזט איר ערשט בוך, „טיף אין דער טײַגע‟, װאָס איז שטאַרק געלויבט געװאָרן. דאָס בוך גיט איבער אירע שוידערלעכע איבערלעבונגען בעת די יאָרן אין סיביר. במשך פֿון די ווײַטערדיקע 17 יאָר האָט זי פּובליקירט נאָך דרײַ ביכער און באַקומען פֿינף ליטעראַרישע פּרעמיעס. אַחוץ אירע ביכער אויף ייִדיש איז אַן אויסקלײַב פֿון אירע דערציילונגען פּובליקירט געוואָרן אויף העברעיִש און מע האָט לעצטנס געדרוקט עטלעכע פֿון אירע דערציילונגען אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט „מאָנאַ־באָבע‟, וואָס איז דערשינען אין דער זאַלמונג פֿון „פֿאָרווערטס‟־דערציילונגען ,Have I Got A Story for You, אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון עלען קאַסעדי. אַ גאַנצער אויסקלײַב פֿון אירע דערציילונגען קומט באַלד אַרויס אויף ענגליש.

אַחוץ „מאָנאַ־באָבע‟ איז אין מאַשס זאַמלונג דערציילונגען, „משנה מקום‟, אויך דערשינען די דערציילונג „שלום־עליכם זאָל לעבן‟. דאָ קען מען זען ווי זי לייענט פֿאָר די מעשׂה אין איר קיך אין ישׂראל אין די סוף 1990ער יאָרן. דעם פֿילם האָט געמאַכט באָריס סאַנדלער.