Oyneg Shabes

זעט באַרימטע פֿילם־סצענעס — אויף מאַמע־לשון

Watch Legendary Movie Scenes in Yiddish

  • Print
  • Share Share

כּדי צו שאַפֿן פּירסום פֿאַר זייער קאָמעדיע־סעריע ”ייִדלײַף־קריזיס“ האָבן די קאָמיקער חיימי עלמאַן און לייזער באַטאַליאָן פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט אַ קורצן חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן מע ווײַזט באַרימטע מאָמענטן פֿון אַמעריקאַנער האָליוווּד־פֿילמען, אָבער אַנשטאָט די אָריגינעלע רעפּליקן, הערט מען ווי אַזוי זיי וואָלטן געקלונגען, ווען מע וואָלט די פֿילמען געשאַפֿן אויף ייִדיש.

אינעם ווידעאָ, למשל, זעט מען ווי דאָראָטי פֿונעם ”מכשף פֿון אָז“ באַמערקט צו איר הינטל טאָדאָ, אַז ”מיר דאַכט זיך אַז מיר זענען מער ניט אין קענסעס“, און ווי אַזוי דאָס ייִנגל פֿון ”דעם זעקסטן חוש“ זאָגט זײַן פּסיכאָלאָג: ”איך זע טויטע מענטשן“.

די איבערזעצונגען האָבן געשאַפֿן ריבֿקה אויגענפֿעלד, ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי און לייזער בורקאָ.