Oyneg Shabes

רות רובין און פּיט סיגער זינגען „טום־באַלאַלײַקע‟

Ruth Rubin and Pete Seeger Sing Tumbalalaika

  • Print
  • Share Share

פּיט סיגער (1919־2014) איז צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַן קאַריערע ווי אַ זינגער פֿון פֿאָלקס־ און אַרבעטער־לידער במשך פֿון מער ווי 70 יאָר. אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט, אַ געניטער עטנאָמוזיקאָלאָג, אַ מוזיק־פֿאַרלעגער, אַ מוזיקאַלישער פּראָדוצענט און נאָך.

אין זײַן שליחות ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג איז סיגער ניט בלויז געווען אַ שטאַרקער שטיצער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק־טראַדיציע, נאָר אויך פֿון די טראַדיציאָנעלע זינגער פֿון מוזיק פֿון אַלע עקן וועלט. דורך זײַנע קאָנצערטן, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם האָט ער פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם די זינגער פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע לענדער און קולטורן לאַנג איידער דער באַגריף פֿון מולטי־קולטוראַליזם איז געווען אין דער מאָדע.

צווישן זײַנע פֿרײַנד און קאָלעגן זענען געווען אַ ריי אַנדערע עטנאָמוקאָלאָגן, אַרײַנגערעכנט מאָ אַש (דער זון פֿון שלום אַש און גרינדער פֿון Folkways Records) און די אָנפֿירנדיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין פֿון ייִדישער מוזיק — רות רובין. אויבן קען מען זען, ווי פּיט סיגער און רות רובין שטעלן פֿאָר „טום־באַלאַלײַקע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest, וואָס מע האָט טראַנסימיטירט אין 1965 און 1966.

סיגער האָט אויך באַגלייט רות רובין מיטן באַנדזשאָ אויף אַ ריי קאָנצערטן, און אויף אַ פּלאַטע פֿון ייִדישע קינדערלידער Jewish Children’s Songs & Games. וואָס מאָ אַש האָט פּראָדוצירט פֿאַר זײַן פֿירמע „פֿאָלקווייס.‟ אָט קען מען הערן ווי רות רובין און פּיט סיגער שטעלן פֿאָר דאָס ליד „טאַנץ טאַנץ.‟ ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן ווי סיגערס באַנדזשאָ־שפּילן גיט צו צום ליד דווקא אַן אַמעריקאַנער (און דערצו אַפּאַלאַטשיאַנער) טעם.

אַליין אַ קענער פֿון יאַפּאַניש, דײַטש און רוסיש, האָט סיגער זיך אויסגעלערנט זינגען לידער אויף די צענדליקער שפּראַכן וואָס די געסט אויף זײַנע פּראָגראַמען האָבן געקענט, אַרײַנגערעכנט ייִדיש און העברעיִש. אַחוץ מאָ אַש און רות רובין האָט סיגער זיך געלערנט ייִדישע לידער פֿון זײַן חבֿר טעאָדאָר ביקעל און פֿון דער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, די שוויגער פֿון זײַן נאָענטן חבֿר און מענטאָר, דעם לענגענאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלקזינגער וווּדי גאָטרי. גאָטרי, סיגער און גרינבלאַט פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען מיט אַנדערע זינגער און זיך טיילן מיט די לידער.

אָט קען מען זען ווי ער שטעלט פֿאָר דאָס סאָוועטיש־ייִדישע ליד „זשאַנקױע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest.