Oyneg Shabes

„ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ געזונגען פֿון אַניע לעדערהענדלער

"Vilna: City of Spirit and Innocence" sung by Annie Lederhendler

  • Print
  • Share Share

אין אַפּריל 1959 איז אַבֿרהם סוצקעווער געקומען אויף אַ לענגערן באַזוך קיין אַמעריקע און קאַנאַדע, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ ריי רעפֿעראַטן און פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער.

אויף אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, זענען די איינציקע רעקאָרדירונגען וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון סוצקעווערס רעדעס בעתן דאָזיקן באַזוך געמאַכט געוואָרן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, וווּ מע האָט צווישן די יאָרן 1953 און 2005 רעקאָרדירט טויזנטער עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז מײַן אַרבעט געווען אויסצוסדרן די אַלע רעדעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. איך האָב אויך געמאַכט אַ סעריע פֿילמען מיט אויסצוגן פֿון די רעדעס באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אָט קען מען זען, למשל, אַן אויסצוג פֿון סוצקעווערס אַ רעדע וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959 וועגן זײַן לעבן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין די ליטווישע וועלדער:

מיט אַ חודש פֿריִער, ווען דער פּאָעט איז ערשט אָנגעקומען קיין מאָנטרעאָל, האָט מען געמאַכט פֿאַר אים אַ ריזיקן קבלת־פּנים. צווישן די רעדנער וואָס זענען געקומען אים באַגריסן זענען געווען באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער פֿון מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק, קינדער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע טאָגשולן און עטלעכע זינגער, צווישן זיי — אַניע לעדערהענדלער, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט הירש גליקס פּאַרטיזאַנער־הימען אין איינעם מיטן רירנדיק ליד „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ (ווערטער: אַ. ל. וואָלפֿסאָן; מוזיק: אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי). כאָטש עס קלינגט ווי אַ ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן לזכר דער פֿאַרניכטעטער ירושלים ד׳ליטא, האָט מען דאָס ליד אין דער אמתן אָנגעשריבן לאַנג פֿאַר דעם חורבן ווי אַ טייל פֿון אַ פּיעסע.

אין דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג האָב איך צופֿעליק זיך אָנגעשטויסן אויף לייזער ראַנס בילדער־אַלבאָם „ירושלים ד׳ליטא אילוסטרירט און דאָקומענטירט‟. די אוניקאַלע בילדער, מיט קליינע דערקלערונגען אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש האָבן מיך טיף אָנגערירט. ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, איך זאָל באַגלייטן אַניע לעדערהענדלערס נוסח פֿון „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ מיט די בילדער פֿונעם אַמאָליקן ווילנע וואָס לייזער ראַן האָט צונויפֿגעזאַמלט. אויבן קען מען זען דעם רעזולטאַט פֿון דעם אײַנפֿאַל.