Oyneg Shabes

„אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟

A Tree Stands By the Wayside

  • Print
  • Share Share

עס קען זײַן, אַז אחוץ מאַרק וואַרשאַווקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק,‟ איז ניטאָ קיין ליד אויף ייִדיש פֿון אַ באַקאַנטן מחבר, וואָס איז אַזוי ברייט באַליבט ווי איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַזוי ברייט באַוווּסט פֿאַרן חורבן, אַז ס׳איז אַפֿילו פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן. אַ סך באַקאַנטע זינגער האָבן רעקאָרדירט אַן אייגענעם נוסח פֿונעם ליד. איידער מע הערט זיך צו צו געוויסע פֿון זיי איז אָבער כּדאַי זיך צוצוהערן ווי אַזוי איציק מאַנגער אַליין לייענט פֿאָר דאָס ליד.

ווי דערמאָנט, קען מען געפֿינען פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד. צווישן די שענסטע איז אַ רעקאָרדירונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז אַרויס אויף איר קאָמפּאַקטל „בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע.‟ די רעקאָרדירונג קלינגט באמת היימיש, ניט בלויז ווײַל מאַנגערס ייִדישער דיאַלעקט איז געווען נאָענט צו שעכטער־גאָטעסמאַנס, נאָר אויך צוליב די מוזיקאַלישע קנייטשן וואָס זי גיט צו, וואָס דערמאָנען מאַנגערס ריטעם בײַם לייענען. אין איר נוסח הערט מען טאַקע די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער בוקאָווינע, פֿון וועלכער ביידע האָבן געשעפּט אַ סך פֿון זייער ליטעראַרישער אינספּיראַציע.

אָפֿטער ווי אַלע אַנדערע זשאַנערס הערט מען הײַנט דאָס ליד געזונגען ווי אַ קונסטליד. הערט ווי נחמה ליפֿשיץ טרעט אויף מיט איר נוסח פֿונעם ליד:

אויך פּאָפּולער זענען די מער טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון ליד. אָט זינגט דודו פֿישער זײַן נוסח בעת אַ קאָנצערט מיטן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין ישׂראל.

אַ שיינע ווערסיע אין אַ מער פּאָפּולערן מאָדערנעם „פֿאָלק‟־סטיל שטעלט פֿאָר די באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין.

איינער פֿון די שענסטע רעקאָרדירונגען פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ וואָס איז אַרויס אין די לעצטע 10 יאָר, האָט געמאַכט עפֿים טשאָרני. בײַ אים קלינגט די מעלאָדיע ווי אַ וויגליד.

אויך כּדאַי צו הערן איז משה אוישערס נוסח. איך האַלט, פּערזענלעך, אַז די מוזיקאַלישע באַגלייטונג איז אַ ביסל איבערגעטריבן, אָבער ס׳איז אינטערעסאַנט צו הערן די השפּעות פֿון חזנות און אַפֿילו דזשעז אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג.

דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יוטוב‟ אַ קאָנצערט פֿונעם לעגענדאַרן קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס. צווישן די לידער, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט בעתן קאָנצערט, איז געווען „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, געזונגען פֿון מאַקס גאָלדבערג. דאָס ליד הייבט זיך אָן 34:38.

אין 2010 האָט די שוועדישע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟ אַרויסגעלאָזט אַ גאָר געראָטענע „ראָק‟־ווערסיע פֿונעם ליד צוזאַמען מיט אַ מוזיק־ווידעאָ.

אין 2014 האָבן לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל אַרויסגעלאָזט אַן אוניקאַלן אַלבאָם, „וויגלידער פֿון גלות‟, אין וועלכן זיי האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזישע און איראַקישע ייִדן. אין זייער צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ ברענגט דלאלס אוד־שפּילן עפּעס נײַס צום ליד, וואָס איז ממש אַן אַנטפּלעקונג. דאָס ליד האָט אויך אַן ערנסטן טאָן אויף אַראַביש, וואָס עס פֿעלט אָפֿט אויף ייִדיש און וואָס פּאַסט זיך זייער גוט צו צום טרויער, וואָס באַהאַלט זיך אונטערן אייבערפֿלאַך.