Oyneg Shabes

ווידעאָ: מלאך־המוות באַשרײַבט די לעצטע טעג פֿונעם פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער

Video: Angel of Death Describes Last Days of The Father of the Yiddish Theater

  • Print
  • Share Share

„בית־שלום־עליכם‟ פֿירט שוין עטלעכע חדשים דורך אַ ריי עפֿנטלעכע ספּעקטאַקלען מיטן נאָמען „אסתּרס קאַבאַרעט,‟ אין וועלכע אַקטיאָרן, זינגער און אַקאַדעמיקער פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט סקיצעס און לידער פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער טעמע.

לעצטנס האָט מען געווידמעט אַן אָוונט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דעם גרינדער פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער.

אין דער פּראָגראַם האָט ד׳׳ר לייבל רויטמאַן פֿאָרגעשטעלט אַ מאָנאָלאָג, אין וועלכן דער מלאך־המוות, באַקליידט ווי אַ גראַף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, רעדט וועגן די לעצטע טעג פֿונעם פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. אינעם מאָנאָלאָג, באַזירט אויף אַ סקיצע פֿון איציק מאַנגער, באַדויערט דער מלאך־המוות וואָס אַזוי פֿיל ייִדישע אַקטיאָרן האָבן שטאַרק גענאָסן פֿון גאָלדפֿאַדענס אַרבעט אָבער האָבן זייער „פֿאָטער‟ פֿאַרלאָזט צו שטאַרבן אַליין.

אַחוץ דעם ווידעאָ פֿון לייבל רויטמאַן קען מען אויך זען אַ ריי אינטערעסאַנטע מאָמענטן פֿון דער פּראָגראַם, וואָס „בית־שלום־עליכם‟ האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.