Oyneg Shabes

ווידעאָ: חסידיש ליד פּריידיקט חשיבֿות פֿון ייִדיש

Video: Hasidic Song Explains Why We Need Yiddish

  • Print
  • Share Share

די חסידישע שטיצער פֿון ייִדיש באַטראַכטן די שפּראַך ווי אַ הייליקע ירושה, וואָס דינט ווי אַ מיטל זיך צו באַשיצן קעגן דער אַסימילאַציע. אַזאַ צוגאַנג האָט געלערנט דער חת׳׳ם־סופֿר (הרבֿ משה סופֿר, 1762־1839), וואָס האָט געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען געבליבן אַ פֿאָלק במשך פֿון די לאַנגע יאָרן אין מצרים בלויז אַ דאַנק דעם, וואָס זיי האָבן ניט געביטן זייערע נעמען, זייער שפּראַך אָדער זייערע מלבושים.

דער דאָזיקער אָפּטײַטש פֿון אַ באַקאַנטן מדרש ווערט טאַקע דערמאָנט אינעם גאָר־שיינעם נוסח פֿון הרבֿ שלמה קאַלישס ליד „ייִדיש‟ פֿאָרגעשטעלט פֿונעם שירה־כאָר. דאָס ליד דינט ווי אַ מוזיקאַלישער אויסדרוק פֿונעם חסידישן צוגאַנג צו ייִדיש און דערקלערט די חשיבֿות פֿון דער שפּראַך צווישן געוויסע פֿרומע קהילות.