Oyneg Shabes

„רבנו־תּם‟ געזונגען פֿון חוה אַלבערשטיין און שמעון דזשיגאַן

"Rabeynu Tam" Sung by Chava Alberstein and Shimon Dzigan

  • Print
  • Share Share

שמעון דזשיגאַן איז ניט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטער קאָמיקער און אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר, נאָר אויך, אַ פּנים, אַ שטיקל מוזיקער.

אויף זײַן איינמאָליקער טעלעוויזע־פּראָגראַם אין ישׂראל, די איינציקע וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש אינעם ייִדישן לאַנד, האָט ער פֿאַרבעטן חוה אַלבערשטיין אויפֿצוטרעטן ווי זײַן „מוזיקאַלישן גאַסט‟. אַלבערשטיין האָט געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט איציק מאַנגערס „רבנו־תּם‟ פֿון זײַנע „מגילה־לידער‟. בעת אַלבערשטיין זינגט דאָס ליד באַגלייט זי דזשיגאַן דורכן פֿײַפֿן און מאַכן אַנדערע קלאַנגען. פֿון דעם חנעוודיקן אויפֿטריט קען מען זען, אַז דער קאָמיקער האָט טאַקע געהאַט אַ חוש פֿאַר מוזיק און ריטעם.

דעם ווידעאָ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט טשאַרלס גאָלדשלאַגער אויף זײַן יוטוב קאַנאַל.