Oyneg Shabes

„דער בעקער און דער אָרעמאַן‟ געלייענט פֿון מרים־חיה סגל

'The Baker and the Pauper' Read by Miriam-Khaye Seigel

  • Print
  • Share Share

פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר פֿאָרגעשטעלט שיין בייקערס פֿאָרלייענונג פֿון משה קולבאַקס קינדער־דערציילונג „דער ווינט וואָס איז געווען אין כּעס‟. צוזאַמען מיט דער רעקאָרדירונג פֿון קולבאַקס דערציילונג האָט דער שוועדישער ראַדיאָ־פּראָדוצענט טאָמאַס לינדערקוויסט אויך לעצטנס געשאַפֿן נאָך אַ רעקאָרדירונג מיט דער אַקטריסע און זינגערין מרים־חיה סגל, אין וועלכער זי לייענט פֿאָר קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס דערציילונג „דער בעקער און דער אָרעמאַן.‟ די מעשׂה האָט מען אויסגעקליבן אַ דאַנק דער רעקאָמענדאַציע פֿון ד׳׳ר מרים יודל (עמאָרי־אוניוועריסטעט), וואָס האָט באַזאָרגט לינדערקוויסט מיט איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג.

אַזוי ווי משה קולבאַק איז קאַדיע מאָלאָדאָווסקי געווען אַ שרײַבערין, וואָס האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿאַר ייִנגערע קינדער. כאָטש זי איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט אין אַמעריקע פֿאַר אירע לידער פֿאַר דערוואַקסענע, איז זי אין ישׂראל דווקא בעסער באַקאַנט פֿאַר אירע קינדערלידער, וואָס זענען זייער פּאָפּולער געוואָרן אין דער העברעיִשער איבערזעצונג. אַחוץ אירע לידער איז מאָלאָדאָווסקי געווען אַ מײַסטערישע שרײַבערין פֿון דערציילונגען סײַ פֿאַר קינדער, סײַ פֿאַר דערוואַקסענע. זי האָט אויך אָנגעשריבן עטלעכע ראָמאַנען (אויך — געוויסע פֿאַר קינדער, געוויסע פֿאַר דערוואַקסענע), זכרונות, פֿאָרשערישע עסייען וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, עטלעכע היסטאָרישע דראַמעס און אַ גרויסע צאָל זשורנאַליסטישע אַרטיקלען אונטער פֿאַרשידענע פּסעוודאָנימען.

מע קען הערן ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי לייענט אַליין פֿאָר עטלעכע פֿון אירע באַקאַנטסטע לידער אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג פֿון אַן אינטערוויו, וואָס דער שרײַבער אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט געמאַכט מיט איר אין 1955. (די רעקאָרדירונג האָב איך דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿון מײַן אַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן־ביכער־צענטער.‟)