Oyneg Shabes

ייִדישע לידער לכּבֿוד ניטל?

Yiddish Christmas Songs?

  • Print
  • Share Share

דער אַמעריקאַנער ניטל איז סײַ אַ רעליגיעזער חגא בײַ די קריסטן, סײַ סתּם אַ מין געזעלשאַפֿטלעכע פֿײַערונג, בײַ וועלכער עס קומען זיך צונויף קרובֿים און פֿרײַנד פֿון אַלע עקן לאַנד, וואָס זעען זיך געוויינטלעך ניט במשך פֿונעם יאָר.

ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע סימבאָלן פֿון ניטל אין אַמעריקע אַזוי ווי די יאָלקע (ניטל־בוים), „סאַנטאַ־קלאַוס‟ מיט זײַן שליטן און זײַנע געטרײַע רעניפֿערן (reindeer) און קראַנצנבלעטער, וואָס מע שטעלט אויף די הײַזער, האָבן באמת גאָרניט צו טאָן מיטן אָפּמערקן דעם געבורט פֿון יעזוס, נאָר שטאַמען פֿון פּאַגאַנישע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר. ס׳איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע לידער, וואָס ווערן באַטראַכט אין אַמעריקע ווי „ניטל־לידער‟ האָבן כּמעט אין גאַנצן ניט קיין שײַכות צום חגא גופֿא, נאָר פּריידיקן די מעלות פֿון משפּחה־פֿײַערונגען און דעם ווינטער־סעזאָן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער האָבן אָנגעשריבן דווקא ייִדן.

דאָס פּאָפּולערע כּמו־ניטל ליד „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ האָט, למשל, אָנגעשריבן פֿעליקס בערנאַרד, (פֿון דער הײם: בערנהאַרט). White Christmas (ווײַסער ניטל), דאָס צום מערסטנס פֿאַרקויפֿטע ליד אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט מחבר געווען אירווינג בערלין, (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין). אַ טוץ אַנדערע באַקאַנטע ניטל־לידער האָבן אויך אַ „ייִדישן‟ ייִחוס.

צוליב דעם שטענדיקן אַמעריקאַנער־ייִדישן באַגער צו פֿאַרוואַנדלען די גוייִשע טראַדיציעס אין ייִדישע מנהיגים, איז אפֿשר קיין חידוש ניט, וואָס מע האָט געוויסע באַקאַנטע ניטל־לידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

„רודאָלף דער רויט־נאָזיקער רעניפֿער‟ איז באַקאַנט אַלע אַמעריקאַנער קינדער צוליב דעם, וואָס ער האָט געהאָלפֿן „סאַנקט־ניקאָלאַס‟ מיט זײַן רויטער נאָז, נאָך דעם וואָס „סאַנטאַ‟ האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט צוליב דער זאַווערוכע. די קלעזמער־קאַפּעליע „קוגל־פּלעקס‟ האָט רעקאָרדירט אַ קלעזמער־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש. כאָטש דער ייִדיש הינקט אונטער אין געוויסע ערטער, איז עס כּדאַי צו זען, בפֿרט ווײַל מע האָט דאָס ליד אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַן אַלטן אַנימירטן פֿילם.

די ייִדישע זינגערין טערעזע טובֿה שטעלט פֿאָר אַ ריי ייִדישע ניטל־לידער אין אירע ווינטערדיקע קאָנצערטן. איר נוסח פֿון „לאָז עס שנייען‟ איז כּדאַי צו הערן. דאָס ליד האָבן אויך, דרך־אַגבֿ, אָנגעשריבן צוויי ייִדן: דזשול סטײַן (פֿון דער היים: יוליִוס שטײַן) און סאַמי קאַהן (פֿון דער הײַם: שמואל כּהן).

די „פֿאָלקסבינע‟ שטעלט פֿאָר חנוכּה־קאָנצערטן יעדעס יאָר, וואָס נעמען אַרײַן אַ פּאָר ניטל־לידער אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן ווי דזשאָען באָרץ און רחל יוכט שטעלן פֿאָר צוויי „ייִדישע‟ ניטל־לידער, וואָס הייבן זיך אָן 26:45 אין דער ווײַטערדיקער פֿאַרבינדונג („לינק‟). די לידער זענען „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „פֿעטער־שנײער קומט באַלד אין שטאָט‟ (Santa Claus is Coming to Town).