Oyneg Shabes

ווידעאָ: יצחק לודען ז״ל געדענקט די „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟

Video: Itzhak Luden Remembers the Medem Sanatorium

  • Print
  • Share Share

אין 2014 האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ געמאַכט אַן אינטערוויו מיט יצחק לודען ז׳׳ל. ווי יעדער איינער וואָס האָט גערעדט מיט לודענען וועגן זײַן יונגט, האָט זי געהערט זײַנע לעבעדיקע זכרונות פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟, די בונדיסטישע לערן־אַנשטאַלט פֿאַר אָרעמע קינדער, וואָס ער באַצייכנט אינעם אינטערוויו ווי דער „דימענט‟ פֿונעם ייִדישיסטישן דערציִונגס־וועזן. אינעם אינטערוויו דערציילט לודען ווי אַזוי די „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ האָט געווירקט אויף זײַן גאַנץ לעבן.

די קינדער פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ זענען געווען באַרימט פֿאַר זייערע לידער, סקיצן און פּאַראָדיעס. אויבן זינגט לודען אַ פּאָר פֿון די פּאַראָדישע לידער, וואָס די קינדער פֿלעגן דאָרטן זינגען, אַרײַנגערעכנט איינע, אין וועלכן די קינדער מאַכן חוזק פֿון דער סאַנאַטאָריעס מעטעאָראָלאָגישער סטאַנציע ביז מע הערט אַ דונער.

נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ אין 1942 האָבן די קינדער וואָס האָבן זיך אַמאָל געלערנט אין דעם אַנשטאַלט געשטרעבט אים צו פֿאַראייביקן. צווישן זייערע אויפֿטוען איז געווען דאָס ריזיקע יזכּור־בוך, וואָס לודען האָט געהאָלפֿן צוגרייטן צום דרוק.