Oyneg Shabes

„באָכע באָכע באָכע‟ געזונגען פֿון ליפּא שמעלצער

"Boche Boche Boche" sung by Lipa Schmeltzer

  • Print
  • Share Share

דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער מיכאל שניצלער האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם אַלבאָם „מימיני מיכאל‟. צווישן די לידער אויפֿן אַלבאָם איז דאָס ליד „באָכע באָכע באָכע‟, אָנגעשריבן פֿון ליפּא שמעלצער, אפֿשר דער גרעסטער שלאַגער ביז אַהער. דאָס ליד, מיט אַ פֿאַרכּישופֿדיקן ריטעם וואָס האָט וואָרצלען סײַ אין דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק, סײַ אין דער הײַנטיקער „ראָק‟־מוזיק, ווערט באַטראַכט ווי אַ טאַנצשלאַגער בײַ חסידישע בחורים און יונגעלייט. אויבן קען מען זען ווי ליפּא שמעלצער האָט געזונגען דאָס ליד אויף אַ חתונה מיטן „שירה‟־כאָר.

און אָט קען מען זען ווי מע טאַנצט צום ריטעם פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.