Oyneg Shabes

„מיידעלע‟ פֿון אַריק איינשטיין

"Girl" by Arik Einstein

  • Print
  • Share Share

אַריק איינשטיין איז געווען די סאַמע וויכטיקסטע פֿיגור אינעם אויפֿקום פֿון דער ישׂראלדיקער „ראָק‟־מוזיק, אַזוי וויכטיק בײַ די ישׂראלים ווי באָב דילאַן, עלוויס פּרעסלי און די „ביטלס‟ זענען געווען אין אַמעריקע.

כאָטש ער איז באַקאַנט בלויז פֿאַר זײַנע לידער אויף העברעיִש, האָט ער אין 1971 רעקאָרדירט אַ ליד אויף ייִדיש, אַ ליבע־ליד מיטן נאָמען „מיידעלע‟, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן, אַז ער האָט עס געטאָן ווי אַ שפּאַס. איינשטיין האָט אַליין אָנגעשריבן דעם טעקסט און געשאַפֿן די מוזיק, וואָס קלינגט פּונקט ווי די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער „ראָק‟־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. אַז מע וואָלט זיך צוגעהערט צום ליד, ניט וויסנדיק ווער האָט עס געשאַפֿן, וואָלט מען אפֿשר געמיינט, אַז עס קומט פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס אין וועלכן קיין חורבן איז ניט געווען און די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן נאָכגעמאַכט די פּאָפּולערע מוזיקאַלישע סטילן פֿון אַמעריקע.

דאָס ליד האָט מען רעקאָרדירט אין אַ סטודיאָ און געשפּילט אויף עטלעכע קאָנצערטן, אָבער קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט אויף קיין אַלבאָם.

ייִדיש איז געווען איינע פֿון איינשטיינס מוטערשפּראַכן. זײַן פֿאָטער, דער באַקאַנטער ייִדישער און העברעיִשער אַקטיאָר יעקבֿ איינשטיין, האָט אים אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ קינד. זײַן טאַטע האָט געוואָלט, אַז אַריק זאָל ווערן אַן אַקטיאָר אַזוי ווי ער, אָבער דער יונגער אַריק האָט בעסער געוואָלט ווערן אַן אַטלעט. שפּעטער איז ער אַליין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע, אָבער דאָס מאָל — ווי אַ „ראָק‟־זינגער.