Oyneg Shabes

שטיצער ווערן געזוכט פֿאַר „ביילע‟־פֿילם־פּראָיעקט

Donors Sought for "Beyle" Film Project

  • Print
  • Share Share

קריסטאַ וויטני, וואָס פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ ווייסט, אַז די אָנדערהאַלבן שעה־לאַנגיקע פֿילמירטע אינטערוויוען וואָס דער פּראָיעקט מאַכט זענען פּשוט צו לאַנג פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן צו קוקן. דערפֿאַר פֿאַרשפּרייט מען אויך קורצע אויסצוגן פֿון די אינטערוויוען און אַ מאָל דרוקט מען אָפּ לענגערע ציטאַטן פֿון די פֿילמען אינעם אָרגאַן פֿונעם צענטער — „פּאַקן־טרעגער.‟

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט קריסטאַ מיט אירע קאָלעגן אויך געשאַפֿן עטלעכע קורצע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן קולטורעלע פּערזענלעכקייטן אין דער „ייִדיש־וועלט‟, ווי, למשל, אַ פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע אײַדע מאַזע, אַ פֿילם וועגן דעם פּאָעט אַלטער עסעלין, אַ פֿילם וועגן דעם מוזיקער פּיט סאָקאָלאָוו, אַ פֿילם וועגן דעם זינגער מרדכי־צבֿי ראָסל און אַ פֿילם וועגן דעם „סטאַר־טרעק‟־אַקטיאָר לענאַרד נימוי.

להיפּוך צו די פֿריִערדיקע דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס דויערן אַן ערך 10־15 מינוט און ווערן פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, האָט דער צענטער לעצטנס געמאָלדן, אַז מע אַרבעט אויף אַ לענגערן פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס מע וועט פֿאַרשפּרייטן אויף די־ווי־די. דער פֿילם נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט איר זון איציק גאָטעסמאַן, איר אייניקל אסתּר גאָטעסמאַן, אַ ריי זינגער, וועמען זי האָט באַאײַנפֿלוסט און מיט דער פּאָעטעסע אַליין, באַגלייט מיט אַ טייל פֿון אירע לידער, ווי אויך אירע פּרעכטיקע צייכענונגען און מאָלערײַען.

מע קען שוין זען דעם „טריילער‟ פֿאַרן פֿילם אויבן. כּדי אונטערצושטיצן דעם פֿילם באַזוכט זײַן „קיקסטאַרטער־זײַט‟.