Oyneg Shabes

„אַ שידוך‟ אויסגעשפּילט פֿון קינדער

"An Engagement" Acted Out by Children

  • Print
  • Share Share

אַזוי ווי עס פֿירט זיך אין אַלע זומער־לאַגערן אויף דער וועלט האָבן די „קעמפּערס‟ אין די חסידישע זומער־קאָלאָניעס ליב פֿאָרצושטעלן סקיצעס, לידער און שפּילן.

לעצטנס האָט די פּובליקאַציע „אידישער ווינקל‟ פֿאַרשפּרייט אַ חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן די ייִנגלעך פֿון „כּתּה ו׳‟ (דעם זעקסטן קלאַס) פֿון „מחנה ׳רץ כּצבֿי׳‟ (אַ מונקאַטשער זומער־לאַגער) שפּילן אויס די סיפּור־המעשׂה פֿון ליפּא שמעלצערס פּאָפּולער ליד „אַ שידוך‟. מע האָט צוזאַמענגעשטעלט דעם ווידעאָ פֿון זייער שפּילן מיטן קלאַנג פֿון מיכאל שניצלערס נוסח פֿונעם ליד.