Oyneg Shabes

„ביילע‟: טריילער צום נײַעם פֿילם וועגן ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

"Beyle": Trailer for a New Documentary about Beyle Schaechter Gottesman

  • Print
  • Share Share

קריסטאַ וויטני, וואָס פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס ווייסט, אַז די טויזנטער שעהען פֿון פֿילמירטע אינטערוויוען וואָס דער פּראָיעקט האָט שוין געמאַכט זענען פּשוט צו פֿיל פֿאַר איין מענטש דורכצוקוקן. דערפֿאַר פֿאַרשפּרייט מען אויך קורצע אויסצוגן פֿון די אינטערוויוען און אַ מאָל דרוקט מען אָפּ לענגערע ציטאַטן פֿון זיי אינעם אָרגאַן פֿונעם צענטער — „פּאַקן־טרעגער.‟

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט קריסטאַ מיט אירע קאָלעגן געשאַפֿן עטלעכע קורצע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן קולטורעלע פּערזענלעכקייטן אין דער „ייִדיש־וועלט‟, ווי, למשל, אַ פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע אײַדע מאַזע, אַ פֿילם וועגן דעם פּאָעט אַלטער עסעלין, אַ פֿילם וועגן דעם מוזיקער פּיט סאָקאָלאָוו, אַ פֿילם וועגן דעם זינגער מרדכי־צבֿי ראָסל און אַ פֿילם וועגן דעם „סטאַר־טרעק‟־אַקטיאָר לענאַרד נימוי.

להיפּוך צו זייערע פֿריִערדיקע דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס דויערן אַן ערך 10־15 מינוט און ווערן פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, האָט דער צענטער לעצטנס געמאָלדן, אַז מע אַרבעט אויף אַ לענגערן פֿילם וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס מע וועט פֿאַרשפּרייטן אויף די־ווי־די. דער פֿילם נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט איר זון איציק גאָטעסמאַן, איר אייניקל אסתּר גאָטעסמאַן, אַ ריי זינגער, וועמען זי האָט באַאײַנפֿלוסט און מיט דער פּאָעטעסע אַליין.

מע קען שוין זען דעם „טריילער‟ פֿאַרן פֿילם אויבן.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.