Oyneg Shabes

ווידעאָ: „ייִדיש־אײַדאָל‟־געווינער מרדכי־צבֿי ראָסל זינגט „קינדער־יאָרן‟

Yiddish Idol Winner Anthony Russel Sings "Childhood Years."

  • Print
  • Share Share

שוין צום צווייטן מאָל האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם „ייִדישן־אײַדאָל‟ אין מעקסיקע באַצאָלט, אַז אויסלענדישע געסט זאָלן קענען קומען אויפֿן קאָנקורס, וואָס איז דער גרעסטער ספּעקטאַקל פֿון ייִדישע לידער אויף דער וועלט.

הײַיאָר האָבן צוויי אַמעריקאַנער זינגער געוווּנען אין ביידע קאַטעגאָריעס. מרדכי־צבֿי ראָסל האָט געוווּנען אין דער קאַטעגאָריע פֿון שוין־עקזיסטירנדיקע לידער פֿאַר זײַן נוסח פֿון מרדכי געבירטיגס נאָסטאַלגיש ליד „קינדער־יאָרן‟.

אַן אויסגעשולטער אָפּערע־זינגער, איז ראָסל געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אינעם ייִדישן געזאַנג נאָך דעם וואָס ער האָט געהערט סידאָר בעלאַרסקיס נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווקסיס „דעם מילנערס טרערן‟ אינעם פֿילם A Serious Man. ער אַרבעט איצט אויף אַן אַלבאָם, וואָס בינדט צונויף די ייִדישע און אַפֿראָ־אַרמעריקאַנער מוזיקאַלישע טראַדיציעס.

די גאַנצע פּראָגראַם פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟ קען מען זען דאָ:

.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.