Oyneg Shabes

פֿון „חורבן טיטאַניק‟ ביז „חורבן קאַטרינאַ‟

From the Titanic to Hurricane Katrina

  • Print
  • Share Share

[כּדי אָפּצומערקן דאָס 12 יאָר נאָכן „הוראַגאַן קאַטרינאַ‟, ווי אויך אָפּגעבן כּבֿוד די געליטענע אין טעקסאַס פֿונעם איצטיקן שרעקלעכן הוראַגאַן האַרווי, דרוקן מיר ווידער אָפּ אַן אַרטיקל, וואָס דזשאָרדין קוציק האָט געשריבן אין 2015 פֿאַרן בלאָג „ווײַטער‟ אין שײַכות מיט דניאל קאַהנס קלאָגליד וועגן „קאַטרינאַ‟].

די ייִדישע פֿאָלקסמוזיק איז אַ לעבעדיקע טראַדיציע אָבער זי באַהאַנדלט גיכער די טעמעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט איידער די הײַנטיקע געשעענישן. דאָס זעט מען, בפֿירוש, בײַם בלעטערן די ייִדישע אַלבאָמען פֿון די לעצטע 20 יאָר, אין וועלכע ס׳רובֿ נײַ־געשריבענע לידער אויף ייִדיש באַניצן אַלטע פֿאָלקס־מאָטיוון ווי דאָס לעבן אין שטעטל, כעלעם, חדר־ייִנגלעך און אַזוי ווײַטער. עס זענען אַוודאַי פֿאַראַן וויכטיקע אויסנאַמען אַזוי ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟, מרים חיה־סגלס „די באַהאַלטענע ליבע‟ (וועגן האָמאָסעקסועלער ליבע) און מײַקל וועקס׳ ליד פֿאַר די „קלעזמאַטיקס‟ וועגן מאַריכואַנע „מזמור שיר להניף‟. זיי זענען אָבער זעלטענע אויסנאַמען.

דער פֿאַקט, אַז עס וועט באַלד ווערן צען יאָר זינט דעם שרעקלעכן „הוראַגאַן קאַטרינאַ‟, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט גרויסע טיילן פֿון לויִזיאַנע און מיסיסיפּי, אומברענגענדיק דערבײַ כּמעט 2,000 מענטשן, האָט מיך דערמאָנט אין נאָך אַ ייִדיש ליד, וואָס דערציילט פֿון יענער גרויליקער טראַגעדיע. דאָס ליד „חורבן־קאַטרינאַ‟ פֿון דניאל קאַהן איז פֿאַקטיש ניט קיין אָריגינעל ליד, נאָר אַ גילגול פֿון אַן אַלט ליד וועגן דעם „טיטאַניק‟, וואָס איז שפּעטער געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט.

אינעם אָריגינעלן נוסח, וואָס איר קענט הערן אונטן, זינגט מען:

„צי האָט איר, ליבע מענטשן, געהערט
וואָס אויפֿן ים האָט זיך פֿאַרלאָפֿן?
אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט,
און פֿילע מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן.

צי האָט איר, ליבע מענטשן, געזען די „קאַרטינע‟*
ווי גרויס עס איז געווען גאָטס צאָרן,
ווען פֿילע וואַסער איז אַרײַן אין די מאַשינעס,
און די עלעקטריע איז פֿאַרלאָשן געוואָרן.

* בילד

שפּעטער האָט מען, אַ פּנים, אין מיזרח־אייראָפּע, ארײַנגעוועבט די פֿאָלגנדיקע שורות:

חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט
זיי האָבן געשריגן: ליבער גאָט, וואָס טוסטו אונדז צעשיידן,
אָבער גאָט האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט

קאַהנס נײַער נוסח, וועבט צונויף די אָריגענעלע מוזיק, וואָס איז אַ געמיש פֿון אַ באַלאַדע און אַ מין טרויער־ליד בײַ אַ גוייִשער לוויה (בלע׳׳ז אַ dirge) צוזאַמען מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס, וואָס ווערט געשפּילט אויף די דאָרטיקע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לוויות. אין קאַהנס „אַקטואַליזירונג‟ פֿונעם ליד ווערט די שיף פֿאַרוואַנדלט אין דער שטאָט ניו־אָרלינס, די מאַשינען אויף דער שיף אין דעם „בורבאָן‟־קוואַרטאַל, און גאָט — אינעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, וועמענס אומגעלומפּערטע האַנדלונג אין די טעג נאָכן שטורעם האָט די טראַגעדיע געמאַכט נאָך ערגער.

איר האָט געוויס, ליבע מענטשן, געהערט
וואָס אין ניו־אָרלינס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן
אַן אַמעריקאַנער שטאָט האָט זיך איבערגעקערט
און פֿילע מענטשן זענען דערטרונקען געוואָרן

אוי, שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע מענטשן, דעם חורבן
ווי גרויס איז געווען גאָטס צאָל,
ווען פֿיל וואַסער איז אַרײַן אין די „בורבאָן‟
און אין די גאַסן איז אַלץ פֿאַרלאָשן געוואָרן

אוי, חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט
זיי האָבן געשריגן: ליבער גאָט וואָס טוסטו אונדז צעשיידן,
אָבער דער פּרעזידענט האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט

און אָט, דערקלערט דניאל קאַהן וועגן דעם בראשית פֿונעם ליד „חורבן קאַטרינאַ‟ בעת אַן אינטימען קאָנצערט.