Oyneg Shabes

עטל ריים זינגט „מײַן רוע־פּלאַץ‟

Ethel Raim Sings "My Resting Place"

  • Print
  • Share Share

דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האַלט אין דיגיטאַליזירן אַלטע פֿילמען פֿון זײַנע קאָנצערטן און זיי אַרויפֿשטעלן אויף „יו־טוב‟. אין 2016, האָבן זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1978 אין ניו־יאָרק. אחוץ טאַראַס אַליין זענען אויפֿן קאָנצערט אויפֿגעטראָטן אַ ריי ייִדישע זינגער, אַרײַנגערעכנט עטל ריים. ריים איז ניט בלויז איינע פֿון די בעסטע זינגערינס פֿון ייִדישע באַלאַדעס, נאָר אויך אַ וויכטיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין, וואָס אַרבעט מיט באַלקאַנישער, אַמעריקאַנער און ייִדישער מוזיק.

אינעם דאָזיקן פֿילם זינגט ריים צוויי לידער, דאָס אַלטע פֿאָלקסליד „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ און מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד פֿאַר די ניו־יאָרקער אַרבעטער — „מײַן רוע פּלאַץ‟. ריימס טראַדיציאָנעלער סטיל און פּרעציז קול גיבן צו צו די באַקאַנטע לידער אַ נײַעם טעם, וואָס איז סײַ פֿאָלקסטימלעך, סײַ אויסגעשולט. ביידע לידער בלײַבן אַ טייל פֿון איר רעפּערטואַר עד־היום.