Oyneg Shabes

פֿײַוויש פֿינקעל דערציילט דעם זיידנס בעסטן וויץ

Fyvush Finkel Tells His Grandfather's Best Joke

  • Print
  • Share Share

מיט אַ יאָר צוריק איז ניפֿטר געוואָרן דער גרויסער ייִדישער אַקטיאָר און קאָמיקער פֿײַוויש פֿינקעל ז״ל.

אַזוי ווי אַ סך וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדיש־וועלט, וואָס האָבן נאָך געלעבט אין די לעצטע 7 יאָר, האָט ער געמאַכט אַן אינטערוויו מיטן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אינעם אינטערוויו — סײַ אויף ייִדיש — סײַ אויף ענגליש — רעדט פֿינקעל וועגן זײַן לאַנגער קאַריערע אויף דער ייִדישער בינע, די גרויסע שטערן און באַרימטע פּערזענלעכקייטן, מיט וועמען ער האָט מיטגעאַרבעט; וועגן זײַנע מיינונגען לגבי דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש בכלל און פֿונעם ייִדישן טעאַטער בפֿרט. דעם גאַנצן אינטערוויו קען מען זען דאָ.

אינעם חנעוודיקן אויסצוג פֿונעם אינטערוויו (אויבן), דערמאָנט פֿײַוויש זײַן זיידע, וואָס האָט אים אויסגעלערנט צו לייענען און שרײַבן ייִדיש און פֿון וועמען ער האָט באַקומען זײַן באַרימטן חוש פֿאַר הומאָר.