Oyneg Shabes

ליד: אַ חזן אויף שבת

Song: A Cantor for the Sabbath

  • Print
  • Share Share

אין ווייניקער ווי צוויי חדשים אַרום וועט מען אין אַ סך שילן אָנשטעלן אַ חזן צו די ימים־נוראָים, און דאָס וועט אפֿשר זײַן דאָס איינציקע מאָל במשך פֿונעם גאַנצן יאָר, וואָס דער מנין וועט הערן אַ טרענירטן חזן.

דאָס ליד „אַ חזן אויף שבת‟ מאַכט אַ ביסל חוזק פֿון די אַלע „מבֿינים‟ פֿון חזנות אין שטעטל. ס׳איז געוואָרן אַ באַליבט ליד אינעם חזנישן רעפּערטואַר.

דאָ הערט מען דעם גרויסן זינגער און חזן מישאַ אַלעקסאַנדראָוויטש, פֿונעם קאָמפּאַקטל: „און דאָך זינג איך‟.