Oyneg Shabes

זעט די ייִדישע רעקלאַמע פֿאַר אַ „גלעט־זאָאָפּאַרק‟

Watch This Yiddish Commercial For a Petting Zoo

  • Print
  • Share Share

„צאַנזער פֿאַרם‟, אַ ניו־יאָרקער זאָאָפּאַרק וווּ קינדער מעגן גלעטן די חיהלעך, האָט דעם זומער אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקע רעקלאַמע אויף ייִדיש, אַ פּנים כּדי צוצוציִען ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות.

דער זאָאָפּאַרק, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 20 יאָר צוריק, געפֿינט זיך אינעם שטעטל וווּדבערן, אין די קעטסקיל־בערג, וווּ עס וווינען הײַנט אַ סך חסידישע משפּחות. אַ טייל וווינען דאָרט בלויז זומערצײַט אין די חסידישע באָנגעלאָ־קאָלאָניעס, אַ טייל וווינען דאָרט אַ גאַנץ יאָר.

אינטערעסאַנט איז וואָס דאָס ליד אין דער רעקלאַמע ווערט געזונגען צו דער מעלאָדיע פֿון אַ באַקאַנטן (נישט־ייִדישן) אַמעריקאַנער קינדערליד, „אַלטער דאָנאַלד האָט אַ פֿאַרם‟. צי איז מעגלעך אַז אין די חסידישע קינדערגאָרטנס זינגט מען הײַנט ייִדישע נוסחאָות פֿון אַזוינע עכטע אַמעריקאַנער פֿאָלקסלידער?