Oyneg Shabes

ייִדישער אַנימאַציע־פֿילם: דער כעלעמער גולם

Yiddish Cartoon: The Golem of Chelm

  • Print
  • Share Share

אַ סך עלטערן, וואָס פּרובירן אויסצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש באַקלאָגן זיך, אַז ס׳איז דאָ אַ ריזיקער דוחק פֿון אַנימאַציע־פֿילמען און אַנדערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון.

עס איז דאָ איין סעריע פֿון שוועדן, וואָס ווערט אונטערגערעדט (בלע״ז: dubbed) אויף ייִדיש אָבער די סיפּורי־מעשׂיות האָבן ניט קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער קולטור אָדער געשיכטע. עס זענען אויך דאָ, ליידער, בלויז זעקס אָדער זיבן פֿון זיי.

איינער פֿון די גאָר־געלונגענע אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש האָט מען אַרויסגעלאָזט אין יאַנואַר אויף „יו־טוב‟. דער פֿילם, געשאַפֿן דורך די פּוילישע אַנימאַטאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ דערציילט וועגן דעם כעלעמער בעל־שם רבי אליהו און וואָס עס איז געשען נאָך דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ גולם.

דער פֿילם, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות אין אַ ריי שפּראַכן, איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך דער פּוילישער, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער רעגירונגען. מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם אין פֿיר נסוחאָות, מיט דער נאַראַציע פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און העברעיִש. אויף ייִדיש און העברעיִש לייענט קאָבי ווײַצנער פֿאָר דעם טעקסט. כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז די מעשׂה איז אויטענטיש פֿון אַ קולטורעלן שטאַנדפּונקט און אַז די העלדן זענען טאַקע ייִדישלעך האָט אַ רבֿ, יואל־חיים נאָוויצקי, איבערגעקוקט דעם פֿילם.

צווישן די אַנדערע אַנימאַציע־פֿילמען פֿון פֿאַרשידענע לעגענדעס איז דאָ נאָך אַ פֿילם מיט אַ שײַכות צו די ייִדן: וועגן אַ וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד. מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אויף טערקיש — די שפּראַך, וואָס עס רעדן די מיזרח־אייראָפּישע קראָים.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.