Oyneg Shabes

„ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט‟ — אויף ייִדיש

What a Wonderful World - in Yiddish

  • Print
  • Share Share

יעדן יאַנואַר שטעלט די „פֿאָלקסבינע‟ פֿאָר איר ספּעקטאַקל „נשמה צו נשמה‟ לכּבֿוד דעם געבוירן־טאָג פֿון ד׳׳ר מאַרטין לוטער קינג. די פֿאָרשטעלונג בינדט צונויף די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און די ייִדן.

איינס פֿון די אינטערעסאַנסטע לידער אין דער פּראָגראַם איז אַ ייִדישער נוסח פֿונעם ליד What a Wonderful World, וואָס ווערט איבערגעזעצט אויף ייִדיש ווי „ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט‟. דאָס ליד, אָנגעשריבן פֿון באָב טיל און דזשאָרדזש דייוויד ווײַס, איז געוואָרן דער לעצטער גרעסטער שלאַגער פֿון לויִ אַרמסטראָנגס קאַריערע.

כאָטש אַרמסטראָנג, אפֿשר דער באַקאַנטסטער טרומייט־שפּילער אין דער וועלט־געשיכטע, איז געווען אַ קאַטאָליק האָט ער שטענדיק געטראָגן אַ מגן־דוד ווי אַ סימבאָל פֿון דאַנקבאַרקייט צו דער משפּחה קאַרנאָווסקי, זײַנע ייִדישע שכנים אין אַן אָרעמען געגנט פֿון ניו־אָרלינס, וואָס האָט אים געהאָלפֿן נאָך דעם, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים פֿאַרלאָזט. דער יונגער אַרמסטראָנג האָט געאַרבעט פֿאַר דער משפּחה; אויפֿן חשבון פֿון זײַן געהאַלט, האָבן זיי אים צו 6 יאָר געשאָנקען אַ טרומייט. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זײַן מוזיקאַלישע קאַריערע. אַגבֿ, אַרמסטראָנג האָט, קינדווײַז, זיך אויסגעלערנט פֿאַרשטיין ייִדיש. לכּבֿוד דער משפּחה קאַרנאָווסקי איז הײַנט דאָ אַ פֿונדאַציע אין ניו־אָרלינס אויפֿן זעלביקן נאָמען, וואָס שענקט אָרעמע קינדער אינסטרומענטן.

די דאָזיקע רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 18סטן יאַנואַר 2012 בײַם „מעטראָפּאָליטאַן־רום‟, אַ דזשעז־קלוב אין מאַנהעטן. אָט קענט איר זען אַ פֿילם, אין וועלכן אַרמסטראָנג זינגט דאָס ליד: