Oyneg Shabes

אַלע ייִדישע לידער מיט איין קלאַפּ

The Entire Yiddish Repertoire in One Shot

  • Print
  • Share Share

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן דערקענען מסתּמא בלויז די ייִדישע לידער „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, „טום־באַלאַלײַקע‟ און אפֿשר „בײַ מיר ביסטו שיין‟.

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים דערקענען גלײַך צענדליקער אַנדערע לידער װי „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟.. די ליבהאָבער פֿון קלעזמער, קענען, פֿאַרשטייט זיך, נאָך מער לידער און די חסידים קענען צענדליקער פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר. עס זענען אָבער דאָ זייער ווייניק מענטשן, וואָס קענען באמת מער ווי אַ פּאָר צענדליק לידער אויף אויסנווייניק.

אין אָט דעם חנעוודיקן ווידעאָ האָבן די קלעזמאָרים בענדזשי פֿוקס־ראָזען און מײַקל ווינאָגראַד פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָפּורי, וואָס באַשטייט פֿון בלויז אַ פּאָר שורות פֿון צענדליקער באַקאַנטע ייִדישע לידער, ווי אַ פּרוּוו צו זינגען „דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר מיט איין קלאַפּ‟. זיי האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט דערגרייכט דעם דאָזיקן אַמביציעזן ציל אָבער זיי האָבן יאָ געשאַפֿן זייער אַן אינטערעסאַנטע קאָמפּאָזיציע.

וויפֿל פֿון די באַקאַנטע (און ווייניק באַקאַנטע) לידער קענט איר דערקענען?


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.