Oyneg Shabes

דרײַ פֿאָלקסלידער פֿון וויניציע

Three Folksongs from Vinnitsa

  • Print
  • Share Share

ד׳׳ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער און ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער זענען במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע, כּדי צו מאַכן פֿילם־אינטערוויוען מיט אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. מע האָט די ייִדן אויסגעפֿרעגט וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש־לשון, וואָס מע האָט גערעדט בײַ זיי אין די פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך פֿון ייִדישלאַנד.

ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים־פּראָיעקט‟ האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פּאָרפֿאָלק אין וויניציע, אוקראַיִנע. גריגאָרי און ליודמילאַ שאָר האָבן ביידע געדענקט אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס זיי האָבן געלערנט בײַ טאַטע־מאַמע אין שטוב. ליודמילאַ האָט אַ פּרעכטיקע שטימע. אָט זינגט זי אירע נוסחאָות פֿון צוויי באַקאַנטע פֿאָלקסלידער און איין ווייניק־באַקאַנט ליד:

„וווי, וווי, פֿערדלעך‟:

„פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟:

„איך פֿאָר פֿון אײַך אַוועק‟, אַ וואַריאַנט פֿונעם ליד „מחותּנתטע מײַנע‟.