Oyneg Shabes

לידער פֿונעם איין־און־איינציקן פּאָעט מרדכי געבירטיג

Songs by the One and Only Mordechai Gebirtig

  • Print
  • Share Share

די טעג פֿאַלט אויס דער 75סטער יאָרצײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל, וועלכער איז דעם 4טן יוני 1942 אומגעקומען אין דער קראָקאָווער געטאָ.

אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק בעת זײַן לעבן, איז ער אין דער זעלביקער צײַט געווען אַ פּשוטער סטאָליער, וואָס האָט אין זײַן פֿרײַער צײַט געשריבן לידער וועגן די אָרעמע ייִדן פֿון קראָקע, וווּ ער האָט געוווינט זײַן גאַנץ לעבן.

ס׳איז שווער אויף איין פֿוס איבערצוגעבן די וויכטיקייט און השפּעה פֿון געבירטיגס לידער. אויף דעם וואָלט מען געדאַרפֿט אַ גאַנצן אַרטיקל, צי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. ס׳איז כּדאַי פּשוט צו דערמאָנען, אַז פֿון אַרום 100 לידער זײַנע וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן, הערט מען אָפֿט כאָטש אַ טוץ פֿון זיי און זיי בלײַבן צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע ייִדישע לידער איבער דער גאָרער וועלט.

געבירטיג, אַזוי ווי מאַרק וואַרשאַווקסי פֿאַר אים, האָט געשריבן וועגן אַ ריי טעמעס, פֿון אַקטועלע פּאָליטישע (אַרבעטלאָזיקייט, אַנטיסעמיטיזם, דעם חורבן), ביז ייִדישע (לידער וועגן שבת, חדר־ייִנגלעך און ייִדישע מאַמעס), ווי אויך מער אוניווערסאַלע (די פֿריידן און לײדן פֿונעם עלטער ווערן, אַ בענקשאַפֿט נאָך פֿאַרלוירענע חבֿרים, און ליבעסלידער). זײַנע לידער האָבן פֿאַרקערפּערט אַ מאָדערנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור; זיי דריקן אויס אַ באַהאַוונטקייט אין דער ייִדישער טראַדיציע אָבער זענען אויך פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער מאָדערנער וועלט. די ברייטע גאַמע פֿון זײַנע טעמעס, צוזאַמען מיט דער וואַרעמקייט, מיט וועלכער ער האָט באַשריבן די ייִדישע מאַסן האָט אים געמאַכט אַן אַוניקאַלע פֿיגור אין דער ייִדישער מוזיק.

ס׳רובֿ פֿון געבירטיגס באַקאַנטסטע לידער האָט מען אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך נאָך אין די 1930ער יאָרן. געוויסע, אָבער, בפֿרט די וואָס ער האָט אָנגעשריבן שוין אין דער קראָקאָווער געטאָ, זענען באַקאַנט געוואָרן ערשט נאָך דער מלחמה, ווען מע האָט געבראַכט זײַנע מאַנוסקריפּטן קיין אַמעריקע, וווּ זיי געפֿינען זיך הײַנט אינעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק. זינט די 1950ער יאָרן האָט מען אַרויסגעלאָזט איבער פֿופֿציק אַלבאָמען, אין וועלכן מע זינגט בלויז זײַנע לידער. אַחוץ דעם האָבן כּמעט אַלע באַקאַנטע ייִדישע זינגער אַרײַנגענומען כאָטש אַ פּאָר פֿון זײַנע לידער אין זייער רעפּערטואַר. אָט זענען נײַן פֿון מײַנע באַליבטסטע רעקאָרדירונגען און ווידעאָס פֿון געבירטיגס לידער.

1. דניאל קאַהן: „אַרבעטלאָזער מאַרש‟:

(אויבן) אַן אַקטיווער בונדיסט, האָט געבירטיג אָפֿט באַשריבן די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון זײַן צײַט, אַרײַנגערעכנט די אַרבעטלאָזיקייט, וואָס האָט געהערשט אין די 1930ער יאָרן. אין זייער אַ שטאַרקן נוסח פֿון זײַן „אַרבעטלאָזער מאַרש‟ שטעלט דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע פֿאָר „דער באַפֿאַרבטער פֿויגל‟ — געבירטיגס ליד אויף ייִדיש און ענגליש אין אַ מאָדערנעם סטיל, מיט שטאַרקע השפּעות פֿון בערטאָלד ברעכט.

2. לעאָ פֿולד: „משהלע‟.

דער „קעניג פֿונעם ייִדישן ליד‟, ווי מע האָט גערופֿן דעם זינגער, האָט ליב געהאַט צו עקספּערימענטירן מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע סטילן. אין דעם פֿאַל באַגלייט אים אַן אַראַבישע קאַפּעליע. ניט געקוקט אויף דעם, איז זײַן נוסח פֿון געבירטיגס „משהלע‟ זייער אַ טראַדיציאָנעלע.

3. עמי פֿלאַמער און משה לייזער: „דרײַ טעכטערלעך‟.

זייער אַ שיינער קלעזמער־נוסח פֿון געבירטיגס באַליבטן ליד פֿון פֿראַנקרײַך.

4. בענטע קאַהאַן: „עס ברענט‟.

מחוץ דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט איז „עס ברענט‟ זיכער געבירטיגס באַקאַנטסט ליד. כאָטש ער האָט עס אָנגעשריבן אין 1936 וועגן אַ פּאָגראָם, איז עס געוואָרן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אין די געטאָס און לאַגערן בשעתן חורבן און מע זינגט עס עד־היום אויף חורבן־חזכּרות איבער דער גאָרער וועלט. בענטע קאַהאַנס נוסח פֿונעם ליד איז מײַן באַליבטסטע.

5. מאַנפֿרעד לעם: „אין געטאָ‟.

כאָטש ווייניקער באַקאַנט ווי זײַנע אַנדערע חורבן־לידער איז געבירטיגס „אין געטאָ‟ זייער אַ רירנדיק און וויכטיק ווערק, וואָס איז כּדאַי צו הערן. מאַנפֿרעד לעם, אַ דײַטשישער זינגער, אַרבעט שוין איבער 20 יאָר, פֿירנדיק טורן פֿאַר דײַטשישע קינדער אין קראָקע, כּדי זיי זאָלן זיך באַקענען מיט מרדכי געבירטיגס ווערק.

6. אַלפֿרעד שרײַער: „דאָס גאָלדענע לאַנד‟.

מע הערט הײַנט זעלטן, צום באַדויערן, דעם פּשוטן פֿאָלקסטיל פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע זינגער. אָט זינגט אַלפֿרעד שרײַער, אַ תּושבֿ פֿון לוויוו, געבירטיגס ליד „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ אין זיין שיינעם פּשוטן סטיל.

7. ריזע איגעלפֿעלד: „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟.

אויף אַן ענלעכן אויטענטישן פֿאָלקסישן אופֿן האָט ריזע איגעלפֿעלד פֿאָרגעשטעלט געבירטיגס „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟ אויף אַן אָוונט בײַם „לאָס־אַנדזשעלעסער קולטור־קלוב‟ אין 1998 געווידמעט געבירטיגס קולטור־ירושה.

8. מרדכי־צבֿי ראָסל: „קינדער־יאָרן‟

געוויינטלעך האַלט איך אַז דאָס זינגען ייִדישע לידער אין אַ קלאַסישן סטיל קלינגט איבערגעטריבן, בפֿרט מיט אַזעלכע פֿאָלקסטימלעכע לידער ווי געבירטיגס „קינדער־יאָרן‟. מרדכי־צבֿי ראָסל איז אָבער אַזאַ טאַלאַנטירטער זינגער, אַז דאָס ליד ווערט בײַ אים פֿאַרוואַנדלט אין אַן איבערלעבונג, וואָס איז כּדאַי ניט צו פֿאַרפֿעלן. מיט זײַן באַסאָוון קול ווערט מען אַריבערגעפֿירט אין די „קינדער־יאָרן‟ פֿון קינדער פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט.

9. טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל און טאַמאַראַ בראָקס ז׳׳ל: „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟.

איינס פֿון געבירטיגס אוניווערסאַלע לידער, „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟ ווערט דאָ געבראַכט פֿאַר אַ גרעסערן עולם אין טעאָדאָר ביקעלס פּרעכטיקן צוויי־שפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד.